ווערבן
דער אינפיניטיוו פארעם
דער אינפיניטיוו פארעם איז אין א געוויסן זין ווי דער "יסוד" פונעם ווערב. דאס איז דער וועג למשל ווי אזוי ווערבן וועלן ערשיינען אין א ווערטערבוך. דער אינפיניטיוו פארעם איז ווי דער "נאמען" פונעם ווערב: זאגן, רעדן, מאכן, טון, לאכן, שמייכלען וויינען, שרייען, אא"וו.
דער אינפיניטיוו פארעם איז נישט ממש דער "שורש" פונעם ווערב. למשל דער שורש פונעם ווערב זאגן איז זאג. אבער ווי דערמאנט, דער אינפיניטיוו פארעם איז ווי אזוי מ׳רופט אן דעם ווערב ביים נאמען. דער אינפיניטיוו פארעם פארעמט זיך דורך צולייגן צום שורש די ענדונג ־ן אדער ־ען.
לשון־הוה
ווי דערמאנט בייגן זיך ווערבן לויט לשון־עבר, עתיד און הוה.
אין לשון־הוה בייגן זיך ווערבן אויך לויט׳ן פערזאן, ד"ה עס וועט זיך ווענדן ווער עס איז דער סוביעקט פונעם ווערב, צי א זאכווארט, אדער א פראנאם, און אזוי אויך וועלכער פראנאם. פאלגנד איז א דוגמא מיט׳ן ווערב זאגן:
איך זאג, דו זאגסט, ער/זי/איר/מען זאגט, מיר/זיי זאגן, עטס זאגטס.
ווען סיי וואספארא אנדערע זאכווארט איז דער סוביעקט פונעם ווערב, צי ס׳איז א נאמען פון א מענטש אדער פון סיי וואספארא אנדערע באשעפעניש, צי ס׳איז סתם א נאמען פון עפעס א זאך, האט עס די זעלבע כללים ווי ער/זי/איר/מען.
ווי מ׳זעט, אין ערשטן פערזאן, איך, באנוצט מען זיך נאר מיט׳ן שורש פונעם ווערב. אין צווייטן פערזאן, דו, קומט צו ־סט, אין דריטן פערזאן לייגט מען צו א ־ט. אין לשון־רבים ביי מיר און זיי וועט מען זיך באנוצן מיט׳ן אינפיניטיוו פארעם, און ביי עטס קומט צו ־טס.
צום באמערקן אז אין צווייטן פערזאן קען מען אויך טיילמאל צוזאמכאפן, ווי למשל, זאגסטו, פארשטייסטו, רעדסטו, אא"וו.
ביי ווערבן וואס זייער שורש ענדיגט זיך מיט א ט׳ וועט מען נישט צולייגן נאך א ט׳ אין דריטן פערזאן. למשל די ווערבן ארבעטן, טראכטן, ווארטן און האלטן וועט מען אין דריטן פערזאן זאגן ער ארבעט, ער טראכט, ער ווארט, ער האלט.
אזוי אויך מיט׳ן פראנאם עטס וועט נישט צוקומען נאך א ט׳, נאר בלויז א ס׳.
ביי ווערבן וואס זייער שורש ענדיגן זיך מיט א ד׳ לייגט מען יא צו ־ט. ווי למשל די ווערבן רעדן, שניידן, בינדן אין דריטן פערזאן אין לשון־הוה זענען ער רעדט, ער שניידט, ער בינדט, הגם מען זאגט עס ארויס "רעט", "שנייט", "בינט". אזוי אויך מיט׳ן פראנאם עטס וועט יא געהעריג צוקומען ־טס.
ביי ווערבן וואס זייער שורש ענדיגט זיך מיט א ס׳ וועט מען נישט צולייגן נאך א ס׳ אין צווייטן פערזאן, ווי למשל די ווערבן פארגעסן, עסן, הייסן און ווייסן אין צווייטן פערזאן זענען דו פארגעסט, דו עסט, דו הייסט, און דו ווייסט.
צו ווערבן וואס ענדיגן זיך מיט א ז׳ אדער צ׳ לייגט מען יא צו א ס׳: דו מוזסט, דו דו ווייזסט, דו זיצסט, בלאזסט, דו זעצסט.
ווערבן מיט א יוצא מן הכלל אין לשון־הוה
זיין – די לשון־הוה פארמען פונעם ווערב זיין איז איך בין, דו ביסט, ער איז, מיר זענען, איר זענט, עטס זענטס.
געבן – ביי דעם ווערב געבן זענען דא וואס שרייבן איך גיב, דו גיסט, ער גיט, מיר גיבן, זיי גיבן. אנדערע שרייבן איך געב, דו געסט, ער געט, מיר געבן, זיי געבן. ס'איז אבער זיכער נישט ריכטיג צו שרייבן דו געבסט, ער געבט.
וויסן – איך ווייס, דו ווייסט, ער ווייסט, מיר ווייסן, איר ווייסט, עטס ווייסטס.
וועלן – איך וויל, דו ווילסט, ער וויל, מיר ווילן, איר ווילט, עטס ווילטס.
האבן – דו האסט, ער האט, עטס האטס.
גיין, זען, טון, שטיין – ביי די ווערבן קומט צו אין לשון־רבים אן ע׳, מיר גייען, מיר זעען, מיר טוען, מיר שטייען.
דארפן, זאלן, טארן, מוזן, מעגן, קענען – ביי די ווערבן וועט מען אין דריטן פערזאן נישט צולייגן א ט׳. מען זאגט ער דארף, ער זאל, ער טאר (נישט), ער מוז, ער מעג, ער קען. ס׳זענען דא אויך וואס שרייבן ביי דעם ווערב טויגן – ער טויג. אזוי אויך ביי פלעגן זענען דא וואס שרייבן ער פלעג.
טראכטן – דו טראכסט, נישט דו טראכטסט.
לשון־עתיד
עס זענען דא צוויי וועגן ווי אזוי צו זאגן א ווערב אין לשון־עתיד. איינס איז מיט׳ן צולייגן דעם ווערב וועלן, און צוויי איז מיט׳ן צולייגן דעם ווערב גיין. למשל, מיר וועלן זאגן, אדער, מיר גייען זאגן; מיר וועלן קומען, אדער, מיר גייען קומען, אא"וו. די ווערבן וועלן און גיין ווערן אין דעם פאל אנגערופן א הילפסווערב.
אין לשון־עתיד וועט נאר דער הילפסווערב זיך בייגן לויט׳ן פערזאן. דער הויפטווערב וועט אלעמאל זיין אינעם אינפיניטיוו פארעם, ווי למשל:
איך וועל זאגן; דו וועסט זאגן; וועסטו זאגן; ער/זי/איר/מען וועט זאגן; מיר/זיי וועלן זאגן, איר וועט זאגן, עטס וועטס זאגן
עס איז וויכטיג צו באמערקן אז עס זענען דא צוויי באזונדערע ווערבן מיט׳ן אינפיניטיוו פארעם וועלן. איינס איז דער ווערב מלשון רצון, אין ענגליש, want, און דער צווייטער איז דער ווערב מיט וועלכן מען באנוצט זיך אין לשון־עתיד. דאס זענען צוויי באזונדערע ווערבן.
די לשון־הוה פארמען פונעם ווערבן וועלן מלשון רצון זענען איך וויל, דו ווילסט, ער וויל, מיר ווילן, איר ווילט, עטס ווילטס.
די פארמען פונעם ווערב וואס פארעמט דעם לשון־עתיד פון אנדערע ווערבן זענען, איך וועל, דו וועסט, ער וועט, מיר וועלן, איר וועט, און עטס וועטס.
לשון־עבר
אין לשון־עבר וועט מען זיך באנוצן ביי רובא דרובא ווערבן מיט׳ן הילפסווערב האבן, וועלכער וועט, פונקט ווי אין לשון־עתיד, זיך בייגן לויט׳ן פערזאן.
אין לשון־עבר וועט דער הויפטווערב האבן אן אייגנארטיגן פארעם. למשל דער לשון־עבר פארעם פונעם ווערב זאגן איז געזאגט. דער הויפט־ווערב טוישט זיך נישט לויט׳ן פערזאן. א דוגמא מיט׳ן ווערב זאגן:
איך האב געזאגט; דו האסט געזאגט; ער/זי/איר/מען האט געזאגט; מיר/זיי האבן געזאגט; עטס האטס געזאגט
ווי מ׳זעט, דער הויפטווערב בלייבט אלעמאל געזאגט, נאר דער הילפסווערב טוישט זיך.
בנוגע וואס עס איז דער לשון־עבר פארעם פון יעדן ווערב, איז נישטא דערביי א כלל. יעדער ווערב האט זיך זיין לשון־עבר פארעם. איינער וואס רעדט אידיש פון געבוירן אן וועט געווענליך שוין אליין וויסן דער לשון־עבר פארעם פון יעדן ווערב. אויב מ׳ווייסט נישט, דארף מען נאכקוקן אין א ווערטערבוך. אין די ווערטערביכער שטייען געווענליך אויסגערעכנט נעבן יעדן ווערב זייער לשון־עבר פארעם.
הגם עס איז נישטא עכט קיין כלל בנוגע ווי אזוי א ווערב ווערט געזאגט אין לשון־עבר, זענען אבער דא עטליכע הויפט פארמען, נאר לגבי וועלכער פארעם א ווערב וועט אננעמען אין לשון־עבר איז נישטא קיין כלל. פאלגנד זענען די הויפט לשון־עבר פארמען פון ווערבן:
גע־־ט
ביי רוב ברייט־באנוצטע און באקאנטע ווערבן וועט מען צולייגן אנהייב פונעם שורש פונעם ווערב גע־ און צום סוף ־ט. דוגמאות פון ווערבן מיט דעם לשון־עבר פארעם:
בארגן, בויען, בטל'ען, בליען, בליקן, בענקען, ברומען, ברענגען, ברענען, גזל'ען, גליטשן, גלייבן, גנב'ענען, דאווענען, דארפן, דינען, דעקן, דרוקן, דרייען, דריקן, האדעווען, האנדלען, האקן, הונגערן, היילן, העצן, הערן, הערשן, הרג'ענען, וויינען, וויסן, וועבן, וועלן, וועפן, זאגן, זאלן, זאמלען, זידלען, זעצן, חלומ'ען, חנפה'נען, חקר'ענען, חשבונ'ען, טאנצן, טארן, טייטשן, טיילן, טענה'ן, טרויערן, טשעפענען, כאפן, לאזן, לאכן, לאקערן, לויבן, לופטערן, לייגן, לייזן, לייען, לינדערן, לעבן, לערנען, מאכן, מאנען, מוזן, מוטשען, מוסר'ן, מישן, מעגן, משפט'ן, נייגן, נייען, ניצן, ענדיגן, ענטפערן, פארבן, פגר'ן, פועל'ן, פירן, פליקן, פסק'ענען, פעלן, פרעגן, צייכענען, ציילן, קאכן, קוועטשן, קויפן, קוקן, קלאפן, קלערן, קעניגן, קענען, קראצן, קריצן, ראטעווען, רומען, רוען, רייכערן, רייניגן, רעגענען, רעדן, רעכענען, שאפן, שטופן, שטעלן, שטערן, שטראלן, שיילן, שיכור'ן, שיקן, שלעפן, שמועסן, שניצן, שעפן, שפאָרן, שפייען, שפילן, שפירן.
דער לשון־עבר פארעם פון די אלע ווערבן וועלן זיין געבארגט, געבויט, גע׳בטל׳ט, געבליט, געבליקט, אא"וו.
גע־
ווערבן וואס זייער לשון־עבר פארעמט זיך נאר מיט׳ן צולייגן דעם פרעפיקס גע־, און נישט קיין ט צום סוף. א טיילווייזע ליסטע:
באקן, בלאזן, בעטן, בראטן, האלטן, היטן, וואקסן, וואשן, זאלצן, זען, טון, טראגן, ליגן, מאלן, פאלן, פאנגען, פארן, קומען, שלאגן, שלאפן
דער לשון־עבר פארעם פון די ווערבן וועלן זיין געבאקן, געבלאזן, געבעטן, געבראטן, אא"וו.
מען דארף באמערקן אז גע־ איז אויך אן אלגעמיינער פרעפיקס צו פארשידענע ווערבן וואס האט גארנישט מיט לשון־עבר. די פאלגנדע ווערבן האבן דעם פרעפיקס גע־ לאו דוקא אין לשון־עבר:
געבוירן, געדענקען, געווינען, געוועלטיגן, געטרויען, געלינגען, געפינען, געפעלן, געשען
־ט
ווערבן וואס זייער לשון־עבר פארעמט זיך נאר מיט׳ן צולייגן א ־ט צום סוף. א טיילווייזע ליסטע:
אבזערווירן, אדאפטירן, אדמיניסטרירן, אדרעסירן, אויטאריזירן, ארגאניזירן, געוועלטיגן, פאסירן, פלעגן, קאנצענטרירן
דער לשון־עבר פארעם פון די ווערבן וועלן זיין אבזערווירט, אדאפטירט, אדמיניסטרירט, אדרעסירט, אא"וו.
ווערבן וואס דער שורש טוישט זיך אין לשון־עבר
עס זענען דא ווערבן וואס אין לשון־עבר וועט אויך זיין א טויש אינעם שורש ווערב, דאס איז אויסערדעם וואס ביי אסאך פון די ווערבן וועט מען אויך צולייגן גע־־ט, גע־, אדער ־ט. ווערבן וואס טוישן זיך אין לשון־עבר זענען ווייטער צעטיילט אין די פאלגנדע קאטעגאריעס:
אָ
ביי די פאלגנדע ווערבן וועט זיך דער וואקאל פונעם ווערב טוישן אין לשון־עבר צו אָ:
באהעפטן, דערווערגן, פארדאַרבן, פארדריסן, פאררעכטן
דער לשון־עבר פון די ווערבן זענען, באהאפטן, דערווארגן, פארדארבן, פארדראסן, פארראכטן.
צו די פאלגנדע ווערבן וועט אויך צוקומען גע־ אין אנפאנג:
פליסן, ברעכן, העלפן, הענגען, וואַרפן, ווערן, טרעטן, טרעפן, לויפן, לעשן, מעלקן, מעסטן, פלעכטן, קוועלן, קריכן, שחט'ן, שטארבן, שיסן, שליסן, שמעלצן, שעלטן, שפאַלטן.
דער לשון־עבר פון די ווערבן זענען, געפלאסן, געבראכן, געהאלפן, געהאנגען, אא"וו.
דער לשון־עבר פונעם ווערב וועלן איז געוואלט. ד"ה ס׳וועט אויך צוקומען גע־־ט, חוץ דעם טויש אינעם שורש צו אָ.
וי
עס זענען דא ווערבן וואס אין לשון־עבר וועט זיך דער וואקאל טוישן צו וי. למשל, דער לשון־עבר פון די ווערבן באפעלן און פארלירן זענען באפוילן און פארלוירן.
צו די פאלגנדע ווערבן וועט אויך צוקומען דעם פרעפיקס גע־:
בייגן, הייבן, לייכטן, שווערן, שערן
דער לשון־עבר פון די ווערבן זענען, געבויגן, געהויבן, געלויכטן, אא"וו.
יִ
עס זענען דא ווערבן וואס אין לשון־עבר וועט זיך דער וואקאל טוישן צו יִ. למשל, דער לשון־עבר פונעם ווערב צערייסן איז צעריסן.
ביי די פאלגנדע ווערבן וועט אויך צוקומען דער פרעפיקס גע־:
בייטן, בייסן, בלייבן, ווייזן, טרייבן, פייפן, רייבן, רייטן, רייסן, שווייגן, שטייגן, שמייסן, שרייבן
דער לשון־עבר פון די ווערבן זענען געביטן, געביסן, געבליבן, אא"וו.
ו
עס זענען דא ווערבן מיט׳ן וואקאל יִ וואס אין לשון־עבר וועט זיך עס טוישן צו ו, ווי למשל:
געווינען, געלינגען, געפינען, פארגינען, פארשווינדן
דער לשון־עבר פון די ווערבן זענען געוואונען, געלונגען, געפונען, אא"וו.
צו די ווערבן וועט אויך צוקומען דער פרעפיקס גע־:
בינדן, דינגען, דרינגען, ווינטשן, ווינקען, זינגען, זינקען, טרינקען, צווינגען, צינדן, קלינגען, רינען, שווימען, שטינקען, שינדן, שלינגען, שפרינגען.
דער לשון־עבר פון די ווערבן זענען געבונדן, געדונגען, געדרונגען, געוואונטשן, אא"וו.
אזוי אויך דער לשון־עבר פון נעמען איז גענומען.
צו דעם ווערב וויסן וועט אויך צוקומען גע־־ט וויסן – געוואוסט.
ווערבן וואס טוישן זיך נישט אין לשון־עבר
עס זענען דא א קליינע צאל ווערבן וואס טוישן זיך נישט בכלל אין לשון־עבר, ווי למשל:
באהאלטן, געבוירן, פארגעסן
אין לשון־עבר וועט מען אויך זאגן האט באהאלטן, האט געבוירן, האט פארגעסן.
אזוי אויך, דער לשון־עבר פון די ווערבן פארשפרייטן, באארבעטן און באטראכטן זענען פארשפרייט, באארבעט און באטראכט.
ווערבן מיט א יוצא מן הכלל אין לשון־עבר
עס זענען פארהאן ווערבן וועלכע האבן אייגנארטיגע פארמען אין לשון־עבר און גייען נישט נאך קיין איינס פון די אויבנדערמאנטע פארמען. פאלגנד איז א טיילווייזע ליסטע:
גיין – געגאנגען, עסן – געגעסן, האבן – געהאט, זיצן – געזעסן, ליידן – געליטן, אויסמיידן – אויסגעמיטן, פליען – געפלויגן, ציען – געצויגן, שטיין – געשטאנען, שניידן – געשניטן, שרייען – געשריגן, זיין – געווען
ווערבן אין לשון־עבר מיט "זיין"
ווי דערמאנט אויבן וועט מען ביי רוב ווערבן אין לשון־עבר זיך באנוצן מיט׳ן הילפסווערב האבן. עס זענען דא א קליינע צאל ווערבן וואס מען וועט זיך נישט באנוצן מיט האבן, נאר אנשטאט וועט מען נוצן דעם הילפסווערב זיין, למשל דער ווערב קומען. אין לשון־עבר וועט מען נישט זאגן, איך האב געקומען, דו האסט געקומען, אא"וו, נאר איך בין געקומען, דו ביסט געקומען, ער/זי/עס/מען איז געקומען, מיר/זיי זענען געקומען, איר זענט געקומען, עטס זענטס געקומען. ווי דערמאנט זענען בין, ביסט, איז, זענען, זענט, זענטס אלע פארמען פונעם ווערב זיין.
פאלגנד זענען נאך א צאל ווערבן וואס וועלן נוצן זיין אנשטאט האבן אין לשון־עבר:
בלייבן, גיין, געלינגען, געשען, וואקסן, זיצן, לויפן, ליגן, פאלן, פארן, פליען, קומען, שווימען, שטארבן, שטיין, שלאפן
אין לשון־עבר ביי די ווערבן וועט מען למשל זאגן, איז געבליבן, איז געגאנגען, איז געלונגען, איז געשען, אא"וו, נישט האט געבליבן, האט געגאנגען, האט געלונגען, האט געשען, אא"וו.
דער ווערב זיין אליין נוצט אויך זיין אין לשון־עבר. דער לשון־עבר פארעם פון זיין איז געווען. אין לשון־עבר וועט מען זאגן געווען מיט די אנדערע פארמען פונעם ווערב זיין ווי בין, ביסט, איז, זענען, ווי למשל, איך בין דא געווען; דאס איז געווען גוט; זיי זענען דארט געווען, אא"וו.
עס זענען פארהאן ווערבן ביי וועלכע מ׳קען נוצן ביידע, סיי האבן און סיי זיין, ווי למשל ביי די ווערבן פליסן, קריכן, רינען און שטייגן. מ׳קען זאגן איז געפלאסן און מ׳קען זאגן האט געפלאסן, אא"וו.
ביי דעם ווערב הענגען וועט זיין אן אינטערסאנטע זאך. דער ווערב קען מיינען צוויי זאכן, אדער הענגען א צווייטן (רח"ל), אדער א זאך וואס הענגט אליין. אין לשון־עבר, אויב מיינט מען הענגען א צווייטן, וועט מען זאגן האט געהאנגען, ווי למשל, אחשורוש האט געהאנגען המן. אויב מיינט מען א זאך וואס הענגט אליין, וועט מען זאגן איז געהאנגען, ווי למשל, דאס מאנטל איז דא געהאנגען.
אנדערע פארמען
חוץ די דריי הויפט פארמען פון לשון־עבר, עתיד און הוה, זענען דא נאך עטליכע פארמען:
לשון־ציווי – אין לשון־ציווי אין לשון־יחיד וועט מען זיך נאר באנוצן מיט'ן שורש פונעם ווערב, זאג, רעד, שטיי, גיי, קום, נעם, אא"וו. אין לשון־רבים זענען דא אזעלכע וואס לייגן צו נאר א ט'. אנדערע לייגן צו ־טס: זאגט, רעדט, שטייט, גייט, קומט, נעמט, אדער, זאגטס, רעדטס, שטייטס, גייטס, קומטס, נעמטס, אא"וו.
ביי ווערבן וואס ענדיגן זיך מיט א ט', וועלן די וואס לייגן צו נאר א ט' גארנישט צולייגן. די וועלכע לייגן צו ־טס, וועלן צולייגן נאר א ס': ארבעט, טראכט, ווארט, אדער, ארבעטס, טראכטס ווארטס.
דער לשון־ציווי פארעם פונעם ווערב זיין איז זיי אין לשון־יחיד. אין לשון־רבים איז עס זייט אדער זייטס.
לאמיר, לאמיך – די ווערטער לאמיר און לאמיך קען מען עכט נישט אריינלייגן אין קיין איינס פון די ווארטקלאסן. די ווערטער זענען, פארשטייט זיך, א פארקירצונג פון די ווערטער לאז מיר און לאז מיך. עס זענען דא וואס רופן א זאץ מיט די ווערטער לשון־ציווי אין ערשטן פערזאן. לאמיך נוצט מען אין לשון־יחיד און לאמיר אין לשון־רבים. דער ווערב אין אזעלכע זאצן וועט אלעמאל זיין אין אינפיניטיוו פארעם: לאמיך זאגן, לאמיך רעדן, אא"וו.
האלטן אין איין – נאך א פארעם איז ווען מ'לייגט צו דעם ווערב האלטן + אין איין. דאס נוצט מען ווען מ'וויל ארויסברענגען אז עפעס פאסירט כסדר'דיג. פונקט ווי ביי אלע אנדערע פארמען וואס קומען מיט הילפס־ווערבן וועט דער הויפט־ווערב זיך נישט טוישן, אזוי אויך דא, נאר דער הילפס ווערב האלטן וועט זיך טוישן: איך האלט אין איין זאגן, דו האלטסט אין איין זאגן, ער האלט אין איין זאגן, אא"וו.
דער הויפט־ווערב וועט אלעמאל זיין אין אינפיניטיוו פארעם. דער פארעם קען אויך קומען אין לשון־עבר און אין לשון־עתיד: האט געהאלטן אין איין זאגן, וועט האלטן אין איין זאגן, אא"וו. דער כלל דערביי וועט זיין דאס זעלבע. אין לשון עבר וועט מען נוצן דעם לשון־עבר פארעם פון האלטן וואס איז געהאלטן, דערצו וועט מען צולייגן האבן וועלכער וועט זיך בייגן, און אין לשון־עתיד וועט מען צולייגן וועלן אדער גיין, אלעס לויט די פריער דערמאנטע כללים.
אנדערע הילפס־ווערבן וואס מ'קען צולייגן אין פארשידענע פארמען איז פלעגן, דארפן, מוזן, זאָלן, און נאך. אזוי אויך דער ווערב וואָלטן וואס מען לייגט צו אין אזעלכע זאצן ווי, וואלט איך געהאט געלט, וואלט איך…
ביי די אלע פארמען זענען די כללים די זעלבע. די הילפס־ווערבן וועלן זיך בייגן לויט'ן פערזאן און דער הויפט־ווערב וועט אלעמאל זיין אין אינפיניטיוו פארעם.
קאנווערבן
קאנווערבן און פרעפיקסן זענען צוויי גאר ענליכע זאכן. קאנווערבן זענען אויך קליינע ווערטער אדער אותיות וואס קענען צוקומען פאר׳ן שורש פון א ווערב, און פונקט ווי פרעפיקסן, טוישן זיי די מיינונג פון פארשידענע ווערבן. עס אבער דא א גרויסער חילוק צווישן פרעפיקסן און קאנווערבן. א ווערב וואס האט א קאנווערב, וועט אין לשון־הוה דער קאנווערב זיך אפטיילן פונעם ווערב און קומען נאכ׳ן ווערב אלס א באזונדער ווארט. למשל דער ווערב אריינקומען האט דעם קאנווערב אריינ־. ווען מען וויל זאגן אריינקומען אין לשון־הוה, וועט מען זאגן ער קומט אריין, נישט, ער אריינקומט. דאס איז נאר ביי קאנווערבן און נישט ביי פרעפיקסן. למשל דער ווערב דערציילן האט דעם פרעפיקס דער־, אבער אפילו אין לשון־הוה וועט מען זאגן ער דערציילט נישט ער ציילט דער.
אזוי אויך אינעם לשון־עבר פארעם, אויב עס איז דא דער לשון־עבר פרעפיקס גע־, וועט עס קומען נאכ׳ן קאנווערב. למשל אריינקומען אין לשון־עבר איז אריינגעקומען, נישט געאריינקומט.
רוב קאנווערבן זענען אויך ווערטער פאר זיך אליין און שטאמען בעיקר פון אדווערבן און פרעפאזיציעס. פאלגנד איז א שטיקל ליסטע פון קאנווערבן:
קאנווערבן וועלכע שטאמען פון אדווערבן:
אהיימ־, אהינ־, אהער־, אוועק־, אראפ־, ארויס־, ארויפ־, אריינ־, ווידער־, פאראויס־, פארביי־, צוזאמענ־, צוריק־
קאנווערבן וועלכע שטאמען פון פרעפאזיציעס:
אויס־, אומ־, אונטער־, איבער־, אָנ־, ארומ־, ביי־, דורכ־, מיט־, נאָכ־, פאַר־, צו־, קעגנ־
די קאנווערבן זענען בלויז קאנווערבן:
איינ־, אנידער־, אפ־, אפיר־, פאָר־, פונאנדער־, צונויפ־
דערנאך זענען פארהאן די קאנווערבן צופרידנ־ (ווי אין צופרידנשטעלן) וועלכער איז אויך אן אדיעקטיוו (צופרידענע, צופרידענער, אא"וו), און דער קאנווערב צושטאנד־ (ווי אין צושטאנדקומען) וועלכער איז א זאכווארט (דער צושטאנד).
דעם קאנווערב צוזאמען איז היינט זייער איינגעפירט עס צו פארקירצן. עס זענען דא וואס שרייבן צוזאמ־, און עס זענען דא וואס שרייבן צאמ־, אזוי אויך אין לשון־הוה ווען דער קאנווערב ווערט אפגעטיילט פונעם ווערב, מיר קומען זיך צוזאם, אדער מיר קומען זיך צאם.
ווען א קאנווערב קומט פאר א ווערב, זענען זיך אסאך טועה און שרייבן דעם קאנווערב אפגעטיילט פונעם ווערב אלס א באזונדער ווארט. מען דארף אכט געבן עס אלעמאל שרייבן צוזאמען, ווייל ווען מ'טיילט אפ ווערטער וועלכע קומען צוזאמען, שטערט עס די פליסיגקייט פונעם ליינען. מ'שרייבט למשל אריינקומען, ארויסגיין, אראפברענגען, ארומרייזן, צוריקקערן, נישט, אריין קומען, ארויס גיין, אראפ ברענגען, ארום רייזן, צוריק קערן, אד"ג. ספעציעל דארף מען זיין געווארנט אין לשון־עבר. ווען עס קומט צו גע־ אין לשון־עבר איז עס ווייטער איין ווארט, נישט צוויי: אריינגעקומען, ארויסגעגאנגען, אראפגעברענגט, ארומגערייזט, צוריקגעקערט, אא"וו.