Skip to content

ווי אזוי זאצן זענען צוזאמגעשטעלט

גראמאטישע זאצן און אלגעמיינע זאצן

איידער מיר וועלן מסביר זיין ווי אזוי זאצן זענען צוזאמגעשטעלט איז וויכטיג צו פונאנדערשיידן צווישן גראמאטישע זאצן און אלגעמיינע זאצן. א זאץ קען באשטיין פון עטליכע גראמאטישע זאצן. למשל דער זאץ, ווען משה איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד, האט ער זיך גלייך געזעצט לערנען, באשטייט פון צוויי גראמאטישע זאצן: 1) משה איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד. 2) ער האט זיך גלייך געזעצט לערנען. די צוויי זאצן זענען באהאפטן מיט דער קאניונקציע ווען.

אין דעם קאפיטל וועלן מיר בעיקר רעדן פון גראמאטישע זאצן.

דער פרעדיקאט – דער יסוד פונעם זאץ

דער פונדאמענט פון יעדן זאץ איז געווענליך א ווערב. אן קיין ווערב איז נישטא קיין זאץ. אפילו אין אזעלכע פשוט׳ע זאצן ווי, דאס הויז איז שיין; איך בין דא; וואו ביסטו? איז פארהאן א ווערב. איז, בין, ביסט זענען אלע פארמען, בייגונגען, פונעם ווערב זיין. דער לשון־עבר פונעם ווערב זיין איז געווען. דער לשון־הוה איז איך בין, דו ביסט, ער איז, מיר זענען, עטס זענטס. דער לשון־עתיד איז וועט זיין.

דער הויפט־ווערב פונעם זאץ, ארום וועלכן דער זאץ בויט זיך און הייבט זיך אן, ווערט אנגערופן פרעדיקאט.

צום ווערב קען צוקומען א סוביעקט, א דירעקטער אביעקט, און דערנאך קען צוקומען צום זאץ אומדירעקטע אביעקטן. צו די אביעקטן, דירעקטע אדער אומדירעקטע, קענען צוקומען אדיעקטיוון, און צום ווערב קענען צוקומען אדווערבן.

דער סוביעקט

דער סוביעקט איז דער וואס פירט אויס דעם ווערב, דעם פרעדיקאט. דער סוביעקט וועט געווענליך באשטיין פון א זאכווארט אדער א פראנאם. פאלגנד זענען דוגמאות פון עטליכע זאצן מיט׳ן סוביעקט אונטערגעשטראכן.

משה איז געקומען; יענקעלע איז איינגעשלאפן; דוד לערנט פלייסיג; ראובן זאגט ערליך תהילים; שמעון חזר׳ט פלייסיג; דער טיש האט זיך צעבראכן; דער טעלער איז אראפגעפאלן; דאס הויז איז גרויס; איך קום שוין אריין; ער איז מיין ברודער; מוצאי־שבת גייט זיין א הערליכער מלוה־מלכה; פאריגע וואך בין איך נישט דא געווען; ביים שיעור האט זיך באטייליגט א גרויסער עולם; בשעת׳ן דאווענען טאר מען נישט רעדן.

דער דירעקטער אביעקט

א דירעקטער אביעקט איז געווענליך אויך א זאכווארט אדער פראנאם. דער דירעקטער אביעקט איז די זאך אויף וועמען א טראנזיטיווער ווערב גייט ארויף. אומטראנזיטיווער ווערבן קענען נישט האבן קיין דירעקטער אביעקט. עטליכע דוגמאות פון זאצן מיט טראנזיטיווע ווערבן און א דירעקטער אביעקט. דער דירעקטער אביעקט איז אונטערגעשטראכן:

ר׳ משה האט פארגעלערנט א הערליכן שיעור; דער טאטע האט גענומען יענקעלע אין חדר; ראובן זאגט ערליך תהילים; שמעון לערנט א שווערע סוגיא; שמעון האט גוט אויפגעכאפט די סוגיא; דער צדיק האט אים צוגעזאגט א קינד ביז א יאר; מען האט סערווירט די געסט; דוד האט שיין אנגעגרייט דעם טיש; איך קען נישט גלייבן די מעשה; די מאמע האלט דאס קינד; איך האב גע׳חלומ׳ט א שרעקעדיגן חלום; יצחק האט גוט ארויס די זאך; מאיר האט געטאנצט א קאדאטשקע; מען טאר נישט פיינט האבן א צווייטן איד; דער עושר האט אסאך געלט; דער מנהל האט אים אפירגענומען; ער האט מיך דערפרייט; זיי האבן אונז נישט באמערקט; ער האט עס צוריקגעלייגט; דער גאון האט געקענט כל התורה כולה; די קינדער האבן אנגעגרייט די שטוב לכבוד די געסט.

אומדירעקטע אביעקטן

אומדירעקטע אביעקטן זענען זאכווערטער אדער פראנאמען וועלכע קומען אריין דורך א פרעפאזיציע. פאלגנד זענען עטליכע דוגמאות. סיי די פרעפאזיציע און סיי דער נאכפאלגנדער אומדירעקטער אביעקט זענען אונטערגעשטראכן:

דער טאטע האט גענומען יענקעלע אין חדר; דער צדיק האט אים צוגעזאגט א קינד ביז א יאר; ביים שיעור האט זיך באטייליגט א גרויסער עולם; בשעת׳ן דאווענען טאר מען נישט רעדן; דער ראש־ישיבה פון ארץ־ישראל איז געקומען קיין אמעריקע; איך מיט משה׳ן זענען גוטע פריינט; אינמיטן דער ארבעט האט מען געמאכט א הפסקה; די קינדער האבן אנגעגרייט די שטוב לכבוד די געסט; ער איז געגאנגען דורך דעם אנדערן וועג; משה האט זיך געזעצט נעבן מיר; צוליב דעם שטורעם וועט היינט נישט זיין קיין חדר; נאך דער סעודה האט זיך דער טאטע געזעצט לערנען; ער האט עס צוריקגעלייגט אין שאפע; מאיר האט געטאנצט א קאדאטשקע אינמיטן דעם רינג; ער האט מיך דערפרייט מיט זיינע גוטע ווערטלעך.

פשוט’ע זאצן מיט "זיין"

איינער פון די מערסט־באנוצטע זאצן זענען אזעלכע זאצן ווי, דאס הויז איז שיין; ר' משה איז א תלמיד־חכם; דאס עסן איז פיין, אד"ג. די אלע זאצן נוצן פשוט דעם ווערבן זיין. ווי דערמאנט איז איז איינער פון די פארמען פונעם ווערב זיין.

אזעלכע זאצן קען מען צעטיילן אין צוויי: 1) זאצן אין וועלכן דער אויספיר, דער פרעדיקאט, איז אן אדיעקטיוו אדער אן אדווערב 2) זאצן אין וועלכן דער אויספיר איז א זאכווארט. למשל אינעם זאץ, ר' משה איז א תלמיד־חכם, איז דער אויספיר א זאכווארט, תלמיד־חכם. אין די אנדערע צוויי זאצן איז דער אויספיר אן אדיעקטיוו, שיין און פיין.

אויבנאויף זענען אזעלכע זאצן גארנישט אנדערש ווי אנדערע זאצן. ווען דער אויספיר איז א זאכווארט, קען מען פשוט זאגן אז דער זאכווארט איז א דירעקטער אביעקט פונעם ווערב זיין, און ווען דער אויספיר איז אן אדיעקטיוו, קען מען פשוט זאגן אז דער אדיעקטיוו דינט אלס אן אדווערב וועלכער איז מסביר דעם ווערב זיין. והראיה אז אזעלכע זאצן קענען אויך קומען מיט "עכטע אדווערבן", ד"ה אזעלכע אדווערבן וועלכע קענען נישט גענוצט ווערן אלס אדיעקטיוון, ווי למשל, איך בין דא; ער איז דארט; דער עולם איז אינעווייניג; דער אויבערשטער איז אומעטום.

די דריי בייגעפאלן: נאמינאטיוו, אקוזאטיוו און דאטיוו

די טערמינען נאמינאטיוו, אקוזאטיוו, און דאטיוו מיינען כמעט די זעלבע זאך ווי סוביעקט, דירעקטער אביעקט, און אומדירעקטער אביעקט. דער חילוק איז אז ווען מ׳וויל סתם אנאליזירן די "פונקציע" פון א זאכווארט אין א זאץ, נוצט מען געווענליך די טערמינען סוביעקט, דירעקטער אביעקט, און אומדירעקטער אביעקט, אבער ווען מ׳רעדט פון גראמאטישע כללים, וועט מען זיך ענדערש באנוצן מיט די טערמינען נאמינאטיוו, אקוזאטיוו און דאטיוו.

ביי שפראכן ביי וועלכע די גראמאטישע כללים זענען שטארק אנגעוואנדן אין דער פונקציע פונעם זאכווארט אינעם זאץ, נוצט מען געווענליך נאמינאטיוו, אקוזאטיוו און דאטיוו, וויבאלד עס קענען זיין למשל פאלן וואס א זאכווארט איז לאו דוקא דער סוביעקט אינעם זאץ, פונדעסטוועגן האט עס די כללים פון נאמינאטיוו. אין אזא פאל וועט מען זאגן אז דאס זאכווארט נעמט אן די כללים פון נאמינאטיוו. אזוי אויך קען זיין אמאל וואס א זאכווארט איז דער דירעקטער אביעקט און פונדעסטוועגן נעמט עס אן די כללים פון דאטיוו, אא"וו.

אין אידיש איז א גרויסער נפקא־מינה צי א זאכווארט איז דער סוביעקט, דירעקטער אביעקט, אדער אומדירעקטער אביעקט, בעיקר לגבי וואספארא ארטיקל מען וועט זיך באנוצן, דער, די, דאס, אדער דעם, ממילא איז מער אנגענומען צו נוצן די טערמינען נאמינאטיוו, אקוזאטיוו, און דאטיוו. אין ענגליש, למשל, מאכט עס נישט קיין גרויסער חילוק. אין ענגליש איז נאר דא איין באשטימטער ארטיקל, The, ממילא באנוצט מען זיך אין ענגליש בעיקר מיט די טערמינען סוביעקט, דירעקטער אביעקט, און אומדירעקטער אביעקט.

דערקענען סוביעקטן, דירעקטע אביעקטן און אומדירעקטע אביעקטן אין א זאץ

צו קענען שנעל דערקענען אויב א זאכווארט איז א סוביעקט אדער דירעקטער אביעקט אדער אומדירעקטער אביעקט קען אויסזען שווער פון אנהייב, אבער באמת איז עס נישט אזוי שווער ווי ס׳זעט אויס. איינמאל מען געוואוינט זיך צו, גייט עס שנעל.

דערקענען אן אומדירעקטער אביעקט איז דאס גרינגסטע פון אלעם, וויבאלד אן אומדירעקטער אביעקט וועט כמעט אלעמאל קומען נאך א פרעפאזיצע. ווען דער סוביעקט איז איינע פון די פראנאמען, איך, דו, ער, מען, איז אויך זייער גרינג דאס צו דערקענען ווייל די פראנאמען קענען נאר זיין דער סוביעקט אינעם זאץ. אזוי אויך קען דער סוביעקט קיינמאל נישט קומען נאך א פרעפאזיציע. אנהייבערס וועלן בעיקר האבן שוועריקייטן אין אנהייב מיט׳ן דערקענען דעם דירעקטן אביעקט.

כדי דאס צו מאכן גרינגער אז מ׳זאל בעסער ארויסהאבן דעם נושא ברענגען מיר דא נאך א רייע משלים פון ווערבן מיט דוגמאות פון דירעקטע אביעקטן וואס וועט האפנטליך העלפן מער פארשטיין וואס דאס איז פינקטליך א דירעקטער אביעקט. די דירעקטע אביעקטן, ד"ה די זאכווערטער אין אקוזאטיוו, זענען אונטערגעשטראכן:

לערנען תורה, באשאפן די וועלט, מכבד זיין א טאטן, זאגן תהילים, אנגרייטן דעם טיש, צינדן ליכט, אויפהענגען א צעטל, איבערנעמען די ארבעט, האבן נחת, האבן געלט, פארשטיין א גמרא, ארויסהאבן א נושא, באקן חלות, קאכן פלייש, שרייבן אן ארטיקל, וואשן וועש, זינגען א ניגון, טרינקען א לחיים, פאנגען חיות, באצווינגען איינעם, טראגן אחריות, ליב האבן א איד, עסן קוגל, אויס׳משל׳ען א משל, בארגן געלט, אנזייען שרעק, בטל׳ען צייט, היילן קראנקע, פועל׳ן א ישועה, ראטעווען דאס לעבן, שיקן משלוח־מנות, ליינען די מגילה, דאווענען שחרית, פרעגן א קשיא, מחיה־מתים זיין א טויטן, ממלא־מקום זיין דעם רבי׳ן, צעשטערן די פלענער, אנווארעמען דעם עולם, מבטל זיין די גזירה, ארויסגעבן א ספר, אויסלאכן א צווייטן, באקעמפן די שונאים, באשולדיגן א צווייטן, חושד זיין א צווייטן, דן זיין לכף זכות א צווייטן, רעדן שטותים, ביישטייערן א נדבה, געדענקען דאס לערנען, שפילן א שפיל, געווינען א שפיל, געוואויר ווערן א סוד, אויסזאגן א סוד, דערלאנגען עפעס, קושן די תורה, מסביר זיין א סוגיא, ערלעדיגן עפעס, פאלגן א מאמע, פארביטערן דאס לעבן, אויספרובירן די מאשין, פאררעכטן די מאשין, מסדר זיין די געשיר.

פארשטייט זיך, די אלע משלים וואס מיר האבן געברענגט איז נאר אין לשון־הוה, אבער דאס קען פונקט אזוי אויך זיין אין לשון־עבר און עתיד, ווי למשל, האט באשאפן די וועלט, האט געלערנט תורה, האט מכבד געווען זיין טאטן, אא"וו, אזוי אויך אין לשון־עתיד, וועט לערנען תורה, וועט מכבד זיין א טאטן, אא"וו.

אלע ווערבן מיט’ן באדייט פון "גיין", ווי גיין, קומען, פארן, זענען בעצם אומטראנזיטיווע ווערבן, אבער זיי קענען האבן צומאל אן איינגארטיגן דירעקטן אביעקט:

גיין א מהלך, קומען דעם לאנגן וועג, פארן א קורצע שטרעקע.

אזוי אויך שלאפן און חלומ'ען קענען האבן נאר איין דירעקטער אביעקט, שלאפן א טיפן שלאף, און חלומ'ען א שיינעם חלום.

מער קאמפליצירטע זאצן

געווענליך, אין פשוט’ע זאצן, וועט נאר זיין איין סוביעקט, איין ווערב – א פרעדיקאט, און איין דירעקטער אביעקט, חוץ אויב, פארשטייט זיך, זיי קומען פארבונדן מיט אזעלכע קאניונקציעס ווי און אדער אדער. ווי למשל איך און משה זענען געקומען. אזוי אויך, אויב דער סוביעקט אדער דירעקטער אביעקט איז אין לשון־רבים ווי מענטשן, הייזער, זיי, מיר, אונז, מיינט דאס נישט אז ס’איז דא מער ווי איין סוביעקט אדער דירעקטער אביעקט. גראמאטיש גערעדט איז דאס נאר איין זאכווארט אדער פראנאם, נאר ס’קומט אין לשון־רבים פארעם.

עס זענען דא פארשידענע וועגן ווי אזוי זאצן קענען ווערן מער קאמפליצירט, מיט מערערע ווערבן און דירעקטע אביעקטן אדער אביעקטן וועלכע קענען אריינקומען אָן דעם וואס זיי זאלן בכלל זיין דער סוביעקט אדער דירעקטער אביעקט אדער אן אומדירעקטער אביעקט.

זאצן מיט’ן אינפיניטיוו פארעם

ווי דערמאנט, איז דער אינפיניטיוו פארעם פונעם ווערב דער פארעם פון ווערבן ווי אזוי זיי ווערן אנגערופן ביים נאמען. למשל דער אינפיניטיוו פארעם פונעם ווערב זאגן איז זאגן.

דער אינפיניטיוו פארעם איז אין א געוויסן זין סיי א ווערב און סיי א זאכווארט, און וועט דעריבער צומאל פארמען קאמפליצירטע זאצן. דער אינפיניטיוו פארעם קען קומען מיט אן ארטיקל פריער: דאס זאגן, דאס רעדן, דאס זען, דאס הערן, דאס שרייען, אא"וו. דער אינפיניטיוו פארעם דינט אין אסאך פעלער אלס אן אביעקט, ד"ה ער קען זיין דער סוביעקט פונעם זאץ אדער א דירעקטער אביעקט פון א ווערב, אדער אן אומדירעקטער אביעקט נאך א פרעפאזיציע.

פון דער אנדערער זייט, ווען עס דינט אלס זאכווארט, קען עס אין דער זעלבער צייט אויך דינען אלס א א ווערב און קען אויך האבן דירעקטע אביעקטן אונטער זיך און קען אויך קומען מיט אדווערבן, אזוי אז עס קען צומאל פארמירן היבש קאמפליצירטע זאצן מיט מערערע דירעקטע אביעקטן, אד"ג. פאלגנד זענען עטליכע משלים פון אזעלכע סארט זאצן:

זאגן תהילים העלפט.

אין דעם זאץ איז העלפן דער פרעדיקאט, און דער ווערב זאגן איז דער סוביעקט. דער סוביעקט, דער ווערב זאגן האט אויך א דירעקטער אביעקט אונטער זיך: תהילים.

זאגן ערליך תהילים פועל'ט ישועות.

אין דעם זאץ קומט שוין אויך צו אן אדווערב צום סוביעקט וועלכער באשטייט פון א ווערב אין אינפיניטיוו פארעם, ערליך, און אויך נאך א דירעקטער אביעקט, ישועות, אונטער’ן געהעריגן פרעדיקאט פונעם זאץ, פועל’ן.

נאכ’ן אויסזאגן גאנץ תהילים האט משה געשפירט א דערלייכטערונג.

אין דעם זאץ איז משה דער סוביעקט. דער פרעדיקאט, דער הויפט־ווערב פונעם זאץ, איז שפירן, וועלכער האט אונטער זיך א דירעקטער אביעקט: דערלייכטערונג. דערנאך איז דא א פרעפאזיציע, נאך, וועלכער פאלגט נאך מיט אן אומדירעקטער אביעקט מיט אן ארטיקל, דעם אויסזאגן. (דער ארטיקל דעם איז צוזאמגעכאפט מיט דער פרעפאזיציע, נאכ’ן = נאך דעם.) דער אומדירעקטער אביעקט אויסזאגן איז א ווערב אין אינפיניטיוו פארעם און האט אויך אונטער זיך א דירעקטער אביעקט: תהילים, און קומט אויך מיט אן אדווערב: גאנץ.

זאצן מיט’ן גערונדיוו פארעם

נאך א פארעם פונעם ווערב וועלכער קען שאפן קאמפליצירטע זאצן איז דער גערונדיוו פארעם. ווי דערמאנט שאפט זיך דער גערונדיוו פארעם דורכ'ן צולייגן צו די שורשים פון ווערבן דעם סופיקס ־נדיג, אדער ־ענדיג, ווי למשל, זאגנדיג, רעדנדיג, שטייענדיג, קומענדיג, אא"וו. דער גערונדיוו פארעם איז סיי אן אדיעקטיוו און סיי א ווערב. מ'קען למשל זאגן די קומענדיגע, אדער קומענדיגער. פונקט ווי יעדער אדיעקטיוו, איז דער גערונדיוו פארעם אויך אן אדווערב.

פון דער אנדערער זייט, ווען עס נוצט אלס אן אדווערב, קען עס אויך אין דער זעלבער צייט דינען אלס ווערב און קען האבן אונטער זיך דירעקטע אביעקטן. אזוי אז דאס קען אויך פארמירן היבש קאמפליצירטע זאצן מיט א ווערב און אן אדווערב אין גערונדיוו פארעם וואס זאל אויך האבן אונטער זיך א דירעקטער אביעקט אד"ג. פאלגנד איז א משל:

זעענדיג זיין קינד, האט אים א שמחה באנומען.

אין דעם זאץ איז א שמחה דער סוביעקט. באנומען איז דער הויפט־ווערב, דער פרעדיקאט. אים איז דער דירעקטער אביעקט פונעם ווערב באנומען, און זעענדיג איז אן אדווערב אין גערונדיוו פארעם וועלכער איז מסביר ווען דער ווערב באנומען איז פארגעקומען, און דערצו קומט צו צום גערונדיוו דער דירעקטער אביעקט, זיין קינד.

זאכווערטער מיט א מיינונג פון צייט און שטח

נאך א וועג ווי אזוי זאצן קענען ווערן מער קאמפליצירט איז מיט זאכווערטער פון נעמען פון צייט אדער שטח וועלכע קענען אריינקומען אין א זאץ אָן דעם וואס זיי זאלן זיין דער סוביעקט אדער דירעקטער אביעקט פון א ווערב אדער אן אמדירעקטער אביעקט. פאלגנד איז משל:

די קומענדיגע נאכט וועט דער ראש־ישיבה פארלענען א שיעור.

אין דעם זאץ איז דער ראש־ישיבה דער סוביעקט. פארלערנען איז דער פרעדיקאט. א שיעור איז דער דירעקטער אביעקט פונעם פרעדיקאט פארלערנען. דערצו איז דא נאך א זאכווארט, אן אביעקט, נאכט, מיט אן ארטיקל די און אדיעקטיוו, קומענדיגע.

נאך א משל:

מען האט מקריב געווען דעם תמיד של שחר יעדן אינדערפרי.

מען איז דער סוביעקט. מקריב זיין (אין לשון־עבר: מקריב געווען) איז דער פרעדיקאט מיט’ן דירעקטן אביעקט תמיד של שחר. חוץ דעם איז דאס נאך אביעקט, אינדערפרי, מיט אן אדיעקטיוו יעדן.

א משל מיט א זאכווארט פון שטח:

משה האט געשלעפט דאס פעקל דעם גאנצן וועג.

משה איז דער סוביעקט. שלעפן איז דער פרעדיקאט מיט’ן דירעקטן אביעקט דאס פעקל. וועג איז נאך אן אביעקט מיט’ן ארטיקל דעם און אדיעקטיוו גאנצן.

זאצן מיט א פיקטיוון סוביעקט און פרעדיקאט

אין אידיש איז דא א כלל אז זאצן וועלן זיך געווענליך נישט אנהייבן מיט א ווערב, נאר ווען מ’וויל ארויסברענגען אז עפעס איז פארגעקומען "אינמיטן", וועט מען אנהייבן דעם זאץ מיט א ווערב. למשל דער זאץ, איז דער טאג אנגעקומען, געט אזא איינדרוק אז מ’האלט אינמיטן א מעשה, וויבאלד דער זאץ הייבט זיך אן מיט’ן ווערב איז (וועלכער איז איינער פון די פארמען פונעם ווערב זיין). אסאך מאל ווען מ’וויל נישט מאכן דעם איינדרוק פון "אינמיטנקייט" וועט מען אנהייבן דעם זאץ מיט א פיקטיוון סוביעקט עס, ווי למשל:

עס איז אנגעקומען דער גרויסער טאג.

אין דעם זאץ איז דער גרויסער טאג דער סוביעקט פונעם זאץ, פונדעסטוועגן איז דא נאך א סוביעקט, דער פראנאם עס, וואס מ’לייגט צו אנהייב כדי נישט אנצוהייבן מיט’ן ווערב איז. דאס קען מען בעיקר זען אויב מ’דרייט אויס דעם זאץ, ווי למשל:

דער גרויסער טאג איז אנגעקומען.

דער זאץ זאגט אקוראט די זעלבע זאך ווי דער פריערדיגער זאץ און פונדעסטוועגן זעט מען אז דא האט בכלל נישט אויסגעפעלט דעם פראנאם עס, וויבאלד דער זאץ הייבט זיך נישט אן מיט’ן ווערב, נאר מיט’ן סוביעקט.

דאס זעלבע איז אויך פארקערט. אסאך מאל וויל מען דוקא געבן דעם איינדרוק פון אינמיטנקייט, וועט מען אנהייבן דעם זאץ מיט’ן ווערב איז, הגם דער זאץ קען אויך אויסקומען אן דעם ווערב, ווי למשל:

איז משה האט זיך אויפגעשטעלט…

אזעלכע זאצן ווערן אנגערופן זאצן מיט א פיקטיוון סוביעקט אדער פרעדיקאט.

עס זענען דא נאך פארשידענע וועגן ווי אזוי זאצן קענען ווערן מער קאמפליצירט, אבער דאס וואס מיר האבן געשריבן ביז אהער איז מער ווייניגער גענוג צו וויסן כדי גוט צו קענען פארשטיין די כללים פון אידישער גראמאטיק.