Skip to content

וואָרטקלאַסן

יעדעס ווארט וואס מיר רעדן און וואס ווערט באנוצט אין שפראך באלאנגט צו א וואָרטקלאַס די ווערטער פון יעדער שפראך זענען צעטיילט אין ווארטקלאסן. די צעטיילונג אין וואָרטקלאַסן פון פארשידענע שפראכן קענען זיין אביסל אנדערש, און איז אסאך געוואנדן אין די גראמאטישע כללים פון יעדער שפראך. פאלגנד זענען די ווארטקלאסן ווי אזוי זיי זענען צעטיילט אין אידיש:

זאכווערטער

זאכווערטער, אדער ווי זיי ווערן טיילמאל אנגערופן סובסטאנטיוון, אדער אביעקטן, אין לשה"ק שם־דבר, זענען נעמען פון זאכן אדער פון מענטשן אדער אנדערע לעבעדיגע באשעפענישן. פאלגנד איז א טיילווייזע ליסטע פון זאכווערטער:

באבע, באשעפעניש, בוך, בילד, בליק, בענקל, גאס, גמרא, האנט, הויז, זייגער, זיידע, חיה, טאטע, טיש, מאמע, מומע, מענטש, ספר, פאפיר, פוס, פינגער, פעדער, פעטער, צעטל, שפראך.

ארטיקלען

ארטיקלען איז בעצם א קליינער ווארטקלאס און באשטייט בלויז פון געציילטע ווערטער, ווי פאלגנד:

דער, די, דאס, דעם, אַ, אַן, קיין

ארטיקלען זענען ווערטער וואס קומען אפט פאר א זאכווארט זיי צו באצייכענען, ווי למשל, דער טאטע, די מאמע, דאס הויז, א מענטש, אא"וו.

ארטיקלען ווערן אויך צעטיילט אין צוויי: באשטימטע ארטיקלען, און אומבאשטימטע ארטיקלען

דער, די, דאס, דעם זענען באשטימטע ארטיקלען, אדער ווי עס ווערט אנגערופן אין לשה"ק דער ה׳ הידוע. אַ, אַן, קיין זענען אומבאשטימטע ארטיקלען.

צוליב דעם וואס עס איז גאר א קליינע ווארטקלאס ווערט עס אפט גערעכנט אין איין קאטעגאריע מיט זאכווערטער, וויבאלד די ארטיקלען קענען נאר קומען פאר א זאכווארט.

די כללים איבער ווען ס׳קומט דער, די, דאס, אדער דעם, אד"ג, וועט שפעטער ווערן אויסגעשמועסט באריכות אי"ה.

ווערבן

ווערבן זענען ווערטער וואס באצייכענען א פעולה, עפעס וואס מען טוט. פאלגנד איז א טיילווייזע ליסטע פון ווערבן:

בליקן, גיין, גלייבן, האלטן, וואקסן, ווארטן, וויינען, זאגן, זען, חלומ׳ען, טון, טראכטן, לאכן, לערנען, לעשן, מאכן, נעמען, פאָרן, צינדן, קומען, קוקן, קלערן, רעדן, שטיין, שלאפן, שמייכלען, שפראצן, שרייען

ווערבן ווערן אויך צעטיילט אין צוויי: טראנזיטיווע ווערבן און אומטראנזיטיווע ווערבן, אין לשה"ק פועל־עומד און פועל־יוצא.

טראנזיטיווע ווערבן זענען ווערבן וואס זייער טואונג קען איבערגיין, חל זיין, אויף עפעס א זאך, א חפץ, אדער א מענטש. אומטראנזיטיווע ווערבן זענען ווערבן וועלכע קענען נישט ארויפגיין אויף עפעס.

פון דער פריערדיגער ליסטע זענען די ווערבן טראנזיטיוו:

האלטן, זאגן, זען, טון, טראכטן, לערנען, לעשן, מאכן, נעמען, צינדן.

מען קען האלטן א זאך, זאגן תהילים, זען א מענטש, טון עפעס, טראכטן א מחשבה, לערנען א מוסר ספר, לעשן דאס פייער, מאכן א קאווע, נעמען א ספר, און צינדן א ליכט, אד"ג.

די ווערבן זענען אומטראנזיטיוו:

שטיין, וואקסן, ווארטן, וויינען

ס׳נישט שייך צו "שטיין עפעס". מען קען שטיין "אויף" עפעס, "אונטער" עפעס, "העכער" עפעס, אד"ג, אבער נישט שטיין עפעס, און דאס זעלבע מיט די אנדערע אומטראנזיטיווע ווערבן.

אדיעקטיוון

אדיעקטיוון זענען ווערטער וואס פארציילן די אייגנשאפט פון זאכווערטער. פאלגנד זענען משלים פון אדיעקטיוון צוזאמען מיט זאכווערטער:

אפענע טירן, א גוטער דאקטאר, א גיכע ערהוילונג, דינע מצות, א דיקע שטימע, זאטע יארן, זיסע קינדער, א טיפער רעיון, כשר'ע מאכלים, ליבע פריינד, נאסע פיאות, דער נייער ספר, א ענגע קבוצה, א פעטע סעודה, קילע ווינטן, רויע פלייש, ארעמע מענטשן, בייזע חלומות, א בלאסע געזיכט, א גלאטער הונדערטער, הארבע שאלות, הארטע באווייזן, א הייסע קאווע, טויבע אויערן, יונגע קינדער, א לאנגע מעשה, לויזע אייער, א נאנטער חבר, אן עלנדע נשמה, פאלשע באריכטן, א פוילער מענטש, פוסטע פאנטאזיעס, א פיין קעפל, א פעסטער רצון.

די נעמען פון די קאלירן זענען אויך אדיעקטיוון:

א רויט לעמפל, גרינע גראז, שווארצע וואלקענעס, ווייסע זאקן, א געלער טלית

אא"וו.

אדווערבן

אדווערבן זענען ווערטער וואס באצייכענען ווי אזוי, וואו, ווען, ווי שטארק אדער ווי אפט א ווערב איז געווארן דורכגעפירט. אדווערבן טוען צו ווערבן בערך דאס זעלבע וואס אדיעקטיוון טוען צו זאכווערטער.

בעצם זענען כמעט אלע אדיעקטיוון אויך אדווערבן. פונקט ווי ס'קען זיין א גוטער דאקטאר, קען מען אויך גוט פארשטיין, גוט געדענקען, גוט ערקלערן. אזוי אויך פונקט ווי ס'קען זיין אפענע טירן, קען מען אויך האלטן אפן די טיר, אפן פאָרהאלטן א צווייטן, אפן לאזן די פענצטער, אפן זאגן א מיינונג.

עס זענען אויך דא געוויסע ווערטער וועלכע מ'קען נוצן בלויז אלס אדווערבן און נישט אלס אדיעקטיוון. א מענטש קען קומען דא, גיין דארט, ארויפגיין אויבן, אראפקומען אונטן, ענטפערן באלד, פרעגן יעצט, ס'קען אבער נישט זיין א דאער, דארטער, אויבענער, אונטענער מענטש, אדער א באלדער ענטפער, אדער א יעצטער פראגע.

פאלגנד זענען עטליכע משלים פון ווערטער וועלכע זענען בלויז אדווערבן צוזאמען מיט ווערבן:

אומבאדינגט באצאלן, אומעטום איבעראל זוכן, אזוי אפמאכן, איבערבליקן אויבנאויף, אינגיכן גיין קעגן משיח, באלד לאזן רופן, באצייטנס פארמיידן, באקומען בחינם, גיין צופוס, גיין געזונטערהייט, געפינען זיך צופוסנס, געשווינד אהערקומען, האלבוועגס צוריקציען, ווידער נאכאמאל פרובירן, ווייטער ממשיך זיין, זיך אינגאנצן ארויסציען, זיך אפשטעלן אונטערוועגנס, זינגען אינאיינעם, טאקע אויפווייזן, טון זאכן אליין, ליידער נעבעך מיטמאכן, מיטאמאל אויסרופן, מיטהאלטן פונדערווייטנס, ממש נישט קענען גלייבן, נאכנישט אויסזאגן, ניטאמאל זיך וויסנדיג מאכן, ענדליך באקומען, פארשטיין אנדערש, פונדאסניי אויפשטעלן, פונדעסטוועגן אננעמען, פלוצלינג אנקומען, צוביסלעך ביסלעכווייז אנהייבן, שוין אריינקומען, שטיין צוקאפנס

די נעמען פון די טעג פון דער וואך און אזוי אויך נעמען פון ימים־טובים, יומא דפגרא׳ס, און אסאך אנדערע ווערטער וועלכע באצייכענען א נאמען פון א טאג, אדער א געוויסע צייט אדער תקופה זענען אויך אדווערבן. מ'קען קומען אדער גיין אדער טון פארשידענע זאכן היינט, מארגן, נעכטן, זונטאג, מאנטאג, אינדערפרי, בייטאג, ביינאכט, שבת, יום־טוב, אינדערוואכן, חול־המועד, זומער, ווינטער, אא"וו.

אזוי אויך די ווערטער אמאל, איינמאל, דעמאלטס, שוין, דערווייל, דערנאך, יעצט, לעצטנס, היינט־צוטאגס, צומארגנס, פארצייטנס זענען אדווערבן. מ'קען קומען/גיין אמאל, איינמאל, דעמאלטס, אא"וו.

אזוי אויך מערערע ווערטער וואס באצייכענען פלאץ זענען אדווערבן, ווי למשל, טון חסד אינדערהיים, ארויסגיין אינדרויסן, אריינקוקן אינעווייניג, פארלערנען אויסנווייניג, אזוי אויך גיין דא, דארט, רעכטס, לינקס, ערגעץ.

די ווערטער ערשטנס, צווייטנס און דריטנס זענען אויך אדווערבן. פערטנס און ווייטער ווערט זעלטן באנוצט.

פראנאמען

פראנאמען זענען ווערטער וועלכע באצייכענען מענטשן און צומאל אויך זאכן ווען מ׳רופט זיי נישט אן ביים נאמען. א טיילווייזע ליסטע:

איך, דו, ער, זי, מיר, איר, עטס, זיי, עס, מען.

צאלווערטער

צאלווערטער זענען פשוט די נומערן, איינס, צוויי, דריי, אא"וו.

קאניונקציעס

קאניונקציעס זענען ווערטער וואס פארבינדן איין זאץ מיט א צווייטן זאץ אדער איין ווארט מיט א צווייטן ווארט, ווי למשל:

אבער, אדער, אויב, אויך, און, אז, איידער, בלויז, בשעת, דאָך, היות, הלמאי, הן, ווארום, ווי, וויבאלד, ווייל, ווילאנג, כאטש, כדי, נאר, סיי, סיידן, סייווי, צי

פרעפאזיציעס

פרעפאזיציעס זענען ווערטער וועלכע ברענגען אריין אומדירעקטע אביעקטן אין א זאץ. פינקטליך וואס דאס מיינט "אומדירעקטע אביעקטן" וועלן מיר בעז"ה שפעטער ארומרעדן באריכות. א טיילווייזע ליסטע:

אדאנק, אויס, אויסער, אויף, אום, אונטער, איבער, אין, אינמיטן, אָן, אנטקעגן, אנשטאט, ארום, ביז, ביי, במקום, בנוגע, בעת, דורך, הגם, וועגן, זינט, חוץ, כלפי, כפי, לגבי, לויט, לטובת, לכבוד, לענגאויס, לפי, מחוץ, מחמת, מיט, מכח, נאָך, נעבן, פאַר, פון, צו, צווישן, צוליב, קיין, קעגן

אינוואריאנטן

די ווארטקלאסן אדווערבן, פרעפאזיציעס און קאניונקציעס ווערן אפט פאררעכנט ווי איין ווארטקלאס מיט׳ן נאמען אינוואריאנטן, ד"ה ווערטער וואס טוישן זיך קיינמאל נישט. זאכווערטער, אדיעקטיוון און ווערבן טוישן זיך – אדער ווי עס ווערט אנגערופן אין דער גראמאטישער שפראך "בייגן זיך" – לויט פארשידענע גראמאטישע כללים וואס וועלן אי”ה ווערן אויסגעשמועסט באריכות אין דעם ביכל.

למשל צו אדיעקטיוון וועט מען צומאל צולייגן צום סוף ־ע, ־ער, ־ערע, אדער ־ערער, למשל, ריין, ריינע, ריינער, ריינערע, ריינערער.

ווערבן וועלן זיך בייגן לויט׳ן לשון־עבר, עתיד און הוה און לויטן פערזאן: האט געזאגט, איך זאג, דו זאגסט, ער זאגט, וועט זאגן, אא"וו.

זאכווערטער בייגן זיך לויט לשון־רבים לשון־יחיד, טיש – טישן, מענטש – מענטשן, וועלט – וועלטן, אא"וו, אזויך אויך דער ארטיקל פאר׳ן זאכווארט טוישט זיך, דער טיש, דעם טיש, די טישן.

אינוואריאנטן, ד"ה אדווערבן, פרעפאזיציעס און קאניונקציעס, בייגן זיך נישט קיינמאל.

דערקענען צו וועלכן ווארטקלאס א ווארט באלאנגט

ווי געזאגט, האט יעדער ווארטקלאס זיין אייגענע סיסטעם און גראמאטישע כללים, אזוי אז עס דוקא זייער גרינג צו דערקענען צו וועלכן ווארטקלאס א געוויסע ווארט באלאנגט. דאס איז, אגב, נישט אזוי אין יעדער שפראך, און טאקע, ביי פארשידענע שפראכן, ווי למשל ענגליש, קען צומאל זיין שווער צו כאפן צו וועלכן ווארטקלאס א געוויסע ווארט באלאנגט. דאס זעלבע אויך אין אידיש צווישן פרעפאזיציעס, קאניונקציעס און אדווערבן קען זיין שווער צו פונאנדערשיידן, וויבאלד, ווי דערמאנט, זענען די אלע ווערטער "אינוואריאנטן", ד"ה זיי בייגן זיך נישט קיינמאל און זענען אלעמאל די זעלבע.

פאלגנד זענען בקיצור די כללים פון יעדן ווארטקלאס. איבער די אלע כללים וועלן מיר בעז"ה ארומרעדן באריכות אין דעם ביכל, פארט איז אבער כדאי זיי אראפצושרייבן און געדענקען אין קורצן, היות דאס קען פיל ארויסהעלפן צו קענען כאפן גאר שנעל צו וועלכן ווארטקלאס א ווארט באלאנגט.

זאכווערטער – זאכווערטער זענען ווערטער וועלכע קענען קומען מיט אן ארטיקל פריער. ווי למשל, די באבע, די באשעפעניש, דאס בוך, דאס בילד, דער בליק, דאס בענקל, די גאס, די גמרא, די האנט, דאס הויז, דער זייגער, דער זיידע, דער חיה, דער טאטע, דער טיש, די מאמע, אא"וו. אויב קען קומען פאר׳ן ווארט אן ארטיקל, דער, די, דאס אדער דעם, איז דאס א זאכווארט, אויב נישט, קען דאס נישט זיין קיין זאכווארט.

נאך א סימן־מובהק פון א זאכווארט איז אז קען קומען אין לשון־רבים, ווי למשל באבעס, באשעפענישן, ביכער, בילדער, בליקן, בענקלעך, גאסן, גמרות, הענט, הייזער, אא"וו.

ווערבן – ווערבן זענען ווערטער וועלכע קענען קומען אין לשון־עבר, הוה, און עתיד. אויב קען א ווארט קומען אין לשון־עבר, הוה, עתיד, איז א סימן־מובהק אז דאס איז א ווערב. אויב נישט, נישט. למשל דער ווערב זאגן אין לשון־עבר: האט געזאגט, אין לשון־הוה: זאגט, און אין לשון־עתיד: וועט זאגן; אדער דער ווערב רעדן: האט גערעדט, רעדט, וועט רעדן; דער ווערב קומען: איז געקומען, קומט, וועט קומען; דער ווערב גיין: איז געגאנגען, גייט, וועט גיין, אא"וו.

אדיעקטיוון – דער סימן־מובהק פון אן אדיעקטיוו איז אז עס קען קומען נאכ׳ן ווארט איינער פון די פארמען: ־ע, ־ער, ־ערע, אדער ־ערער, ווי אינעם פריערדיגן משל, ריין, ריינע, ריינער, ריינערע, ריינערער. אויב איז שייך צוצולייגן נאכ׳ן ווארט איינס פון די פארמען איז דאס ווארט אן אדיעקטיוו.

ווערטער וועלכע געהערן צו עטליכע ווארטקלאסן

עס זענען דא אסאך ווערטער וואס קענען געהערן צו מער פון איין ווארטקלאס, ווי למשל, אמת. אמת איז סיי א זאכווארט און סיי אן אדיעקטיוו. מ’קען זאגן דער אמת, און אויך, אמת’ע, אמת’ער, אא"וו.

אזוי אויך די נעמען פון די טעג פון די וואך, נעמען פון ימים־טובים, אדער תקופות ווי ווינטער, זומער אד"ג זענען סיי זאכווערטער און סיי אדווערבן. מ’קען זאגן דער שבת איז טייער, און אויך ער קומט שבת.

ווערטער מיט צוגעלייגטע סופיקסן

עס זענען פארהאן גאר אסאך ווערטער צו וועלכע מען קען צולייגן פארשידענע סופיקסן וועלכע וועלן טוישן דעם ווארטקלאס פונעם ווארט. למשל צו די אדווערבן אמאל, באלד, דארט, קען מען צולייגן דעם סופיקס ־יג: אמאליג, באלדיג, דארטיג. דאס מאכט אז די ווערטער זאלן ווערן אדיעקטיוון, וויבאלד יעצט איז שוין שייך צו זאגן אמאליגע, באלדיגע, דארטיגע, אא"וו. אזוי אויך צו די אדיעקטיוון גרויס, ארעם, הויך, קען מען צולייגן דעם סופיקס ־קייט: גרויסקייט, ארעמקייט, הויכקייט. דאס מאכט אז די ווערטער זאלן ווערן זאכווערטער. יעצט איז שוין שייך די גרויסקייט, די ארעמקייט, די הויכקייט אא"וו.

מען דארף אבער באמערקן אז דאס מיינט אבער נישט בכלל אז די ווערטער געהערן צו צוויי ווארטקלאסן, וויבאלד, גראמאטיש גערעדט, זענען אמאל און אמאליג, באלד און באלדיג, דארט און דארטיג, באזונדערע ווערטער, הגם זיי שטאמען פונעם זעלבן שורש. אן אדיעקטיוו איז נאר א ווארט וואס גלייך נאכ׳ן ווארט קען מען צולייגן איינער פון די אויבנדערמאנטע פארמען אן קיין שום אנדערן סופיקס. אויב דארף מען צוערשט צולייגן עפעס א סופיקס, מיינט דאס פשוט אז מ׳נוצט אן אנדער ווארט וואס שטאמט אפשר פונעם זעלבן שורש. דאס זעלבע איז מיט גרויס און גרויסקייט, ארעם און ארעמקייט, הויך און הויכקייט. די אלע כללים צו דערקענען ווערטער איז נאר אויב ס׳איז שייך אויפ׳ן ווארט ווי אזוי ס׳איז, אָן צולייגן אנדערע סופיקסן אדער פרעפיקסן.

אדיעקטיוון אלס אדווערבן

ווי דערמאנט זענען כמעט אלע אדיעקטיוון בעצם אויך אדווערבן, וויבאלד אדיעקטיוון קענען אויך באצייכענען ווי אזוי א ווערב איז געטון געווארן. דער חילוק פון די צוויי איז אז די ווערטער וואס מיר רופן אן אדווערבן קענען נאר גענוצט ווערן אלס אדווערבן און נישט אדיעקטיוון, ד"ה מען קען זיי נאר נוצן צו באצייכענען ווי אזוי, אדער וואו, און ווען א ווערב איז געטון געווארן, משאי"כ אדיעקטיוון קענען גענוצט ווערן אין ביידע פעלער. ווערטער וואס קענען גענוצט ווערן אין ביידע פעלער רופן מיר אן אדיעקטיוון, און ווערטער וואס קענען גענוצט ווערן נאר צו באצייכענען ווערבן ווערן אנגערופן אדווערבן.

אינפיניטיוו פארעם אלס זאכווארט

דער אינפיניטיוו פארעם פון ווערבן איז דער נאמען פון יעדן ווערב, ווי למשל, זאגן, רעדן, קומען, שטיין די אנדערע פארמען פונעם ווערב זאגן זענען למשל, זאג, געזאגט, זאגסט, זאגט, אא"וו. אינפיניטיוון ווערן אסאך באנוצט אויך אלס זאכווערטער און וועלן קומען מיט אן ארטיקל, ווי למשל דאס זאגן, דאס רעדן, דאס קומען, דאס שטיין, אא"וו.

גערונדיוו פארעם אלס אדיעקטיוו

דער גערונדיוו פארעם פון ווערבן איז ווען מ’וועט צולייגן צום שורש פון א ווערב דעם סופקיס ־נדיג אדער ־ענדיג, ווי למשל, זאגנדיג, רעדנדיג, קומענדיג, שטייענדיג. ווערבן אין גערונדיוו פארעם זענען בעצם אדיעקטיוון, וויבאלד יעצט איז שוין שייך, זאגנדיגע, רעדנדיגע, שטייענדיגע, אא"וו. פונדעסטוועגן ווערן זיי נישט פאררעכנט אינגאנצן אלס אדיעקטיוון וויבאלד עס וועט נאך האבן די אייגנשאפטן פון ווערבן, ווי שפעטער ערקלערט.

לשון־עבר פארעם אלס אדיעקטיוו

דער לשון־עבר פארעם פון כמעט יעדן ווערב קען אויך דינען אלס אדיעקטיוו.

ווי למשל, דער לשון־עבר פארעם פונעם ווערב זאגן איז געזאגט, און יעצט איז שוין שייך געזאגטע, אזוי אויך גערעדטע, געקומענע, געשטאנענע, אא"וו.

איינסן

ווען מ׳וועט אריינקוקן אין סיי וועלכן ווערטערבוך, וועט מען זען אז אסאך מאל זענען עטליכע ווערטער אויסגערעכנט צוזאמען. דאס איז וויבאלד ווען מ׳רעדט פון גראמאטיק זענען זאצן לאו דוקא צעטיילט אין "ווערטער", נאר אין "איינסן". ד"ה ס׳קען זיין עטליכע ווערטער וואס גראמאטיש גערעדט אבער זענען זיי למעשה איין ווארט מיט איין באדייט. יעדער פארשטייט למשל אז ארץ־ישראל, יום־טוב, עלטער־זיידע, עלטער־באבע באשטייען פון צוויי ווערטער, אבער למעשה מיינט דאס איין זאך. אין גראמאטיק, יעדעס ווארט, אדער צוזאמשטעל פון עטליכע ווערטער, וואס מיינט איין זאך, איז איין "איינס". פאלגנד זענען עטליכע דוגמאות פון איינסן וועלכע באשטייען פון צוויי אדער מער ווערטער, צעטיילט לויט זייער ווארטקלאס:

זאכווערטער – ארץ־ישראל, יום־טוב, עלטער־זיידע, עלטער־באבע, מזרח־וואנט, בייז־וואונדער.

קאניונקציעס – נאכדעם וואס, נאכדעם ווי, צוליב דעם וואס, דערפאר וואס, בנוסף צו דעם וואס, אין צוגאב צו דעם וואס, חוץ מזה, אויסערדעם וואס, על כל פנים, ווי נאָר.

ווערבן – זיך מרחם זיין, ליב האבן, פיינט האבן, חתונה האבן, בר־מצוה ווערן, ממלא־מקום זיין.

אדווערבן – פרייטאג־צונאכטס, היינט־צוטאגס, פון דער נאנט, חוץ דעם.