Skip to content

אינוואריאנטן

ווי שוין דערמאנט, אדווערבן וואס האבן א מיינונג פון "צייט" זענען סיי זאכווערטער אין סיי אדווערבן, און אפילו אין זאצן וואו זיי דינען אלס אדווערבן קענען זיי קומען מיט אן ארטיקל און אדיעקטיוון. דער כלל ביי אזעלכע זאצן וועט אלעמאל זיין אז ס'וועט קומען אין אקוזאטיוו פארעם, ווי למשל:

ער איז דא געווען דעם פאריגן שבת; דעם קומענדיגן זומער גיי איך נישט אין קאנטרי; מען האט מקריב געווען דעם תמיד של שחר יעדן אינדערפרי; די קומענדיגע נאכט וועט דער ראש־ישיבה פארלערנען; דאס קומענדיגע יאר גייען מיר עפענען א נייע אפטיילונג.

שבת, זומער און אינדערפרי זענען לשון זכר, ממילא טוישן זיי זיך צו דעם. נאכט איז לשון־נקיבה און יאר איז לשון־סתמי וועלכע טוישן זיך נישט אין אקוזאטיוו.