אריינפיר
מיט׳ן אויבערשטנ׳ס הילף שטעלן מיר פאר דא דאס ביכל איבער די יסודות פון אידישער גראמאטיק און אויסלייג. אין די לעצטערע יארן האט זיך די פעלד פון אידישער שרייבעריי ב"ה גאר שטארק פארברייטערט. עס קומען כסדר ארויס פרישע ערליכע אידישע ליין־מאטעריאל, ביכלעך און אויסגאבעס און אפילו תורה׳דיגע ספרים אויף אידיש, כן ירבו.
פון דער אנדערער זייט אבער איז די פעלד פון אידישער גראמאטיק געווען היבש נאכגעלאזט ביי אונזער היימישן עולם. בעת ווען אין חדרים, און אפילו אין מערערע מיידל־שולעס, לערנט מען מיט די קינדער לשה"ק דקדוק און, להבדיל א"א הבדלות, די גראמאטיק פון דער לאקאלער גוי׳אישער שפראך, איז אבער כמעט נישטא אזא זאך אז מען זאל לערנען מיט קינדער די כללים פון דער שפראך וואס מיר אלע רעדן צווישן זיך – אידיש. דאס האט צוגעברענגט אז עס זאל זיך גאר שטארק אנזען א חלל אין דער פעלד פון פראפעסיאנעלע שרייבער, און בעיקר, מגיהים, פאר אידיש.
מיט אט דעם ביכל האפן מיר מיט׳ן אויבערשטנ׳ס הילף עטוואס צו ערפילן דעם חלל, מיט׳ן מסדר זיין אין א קורצער און גרינגער שפראך, אויף וויפיל ס׳שייך, די כללים פון אידיש, אז עס זאל צוטריטליך צו יעדן איינעם וואס וויל זיך נאר אריינלייגן דערין.
פעלט זיך בכלל אויס כללים? האט אידיש בכלל כללים? ווער מאכט אפ די כללים?
ווען עס קומט צו אידישער גראמאטיק און אויסלייג, הערט מען אסאך פון מענטשן פארשידענע פראגעס, און מיר ווילן דא אין דעם אריינפיר נעמען דאס פלאץ זיי צו אדרעסירן.
צום אלעם ערשט, וואס פעלט זיך בכלל אויס כללים? דער עיקר איז דאך אז מען זאל פארשטיין וואס מ׳רעדט און שרייבט. וואס וועט שוין געשען אז מען וועט נישט שרייבן לויט די כללים? נאכמער, ווער זאגט אז אידיש האט בכלל כללים?
און צווייטנס, ווער איז דער בכלל וואס קען זאגן אז ער האט דאס רעכט אדער בעלות אויף אידיש אפצומאכן פינקטליך ווי אזוי מען דארף שרייבן? מיר אלע רעדן אידיש פון געבוירן אן, ווי איז שייך בכלל אז איינער זאל אונז קענען איינטיילן פינקטליך ווי אזוי צו רעדן אדער שרייבן? מיר וועלן בעז"ה דא פרובירן דאס אלעס אויסצושמועסן.
גראמאטיק איז א נאטירליכער פענאמען אין יעדער שפראך. מען דארף נישט פארציילן פאר איינעם וואס רעדט אידישע פונדערהיים אז מען דארף זאגן, איך האב אים געזען, אדער ער האט מיך געזען, און נישט איך האב ער געזען, אדער ער האט איך געזען, הגם איך און מיך, ער און אים, מיינען אויף דער האר די זעלבע זאך.
עס זענען דא כללים וואס איז קלאר פאר יעדן איינעם און ס׳נישט שייך בכלל זיך צו קריגן דערויף. דערנאך זענען דא כללים וואס זענען נישט אזוי שטארק פעסטגעשטעלט, ווי למשל ווי אזוי דארף מען שרייבן, ער האט מיך געזען, אדער ער האט מיר געזען? דא קען מען שוין יא זען אפט אז אפילו א געבוירענער אידישער רעדנדער וועט אויפטוישן און אויסמישן צווישן מיך און מיר.
גאר א וויכטיגער פאקטאר אין דער געשמאקייט און בא׳טעמ׳טקייט פון אן ארטיקל איז איינהייטליכקייט. ווען עס איז דא אן ארטיקל אין וועלכן איין ווארט אויף איין פלאץ איז אויסגעלייגט אויף איין אופן און עטליכע שורות דערנאך אויף א צווייטן אופן, שטערט דאס זייער שטארק די פליסיגקייט פונעם ליינען, אזוי אז נישט קיין חילוק וועלכע כללים מען גייט נאך, פעלט זיך אבער אויס צו האבן כללים.
יעצט שטעלט זיך אבער די שאלה, ווער עס דער וואס מאכט אפ די כללים? דער תירוץ דערויף איז אודאי אז ס׳נישטא אזא זאך אז איינער זאל קענען איינטיילן פאר א צווייטן ווי אזוי צו שרייבן, און אודאי נישט ווי אזוי צו רעדן. די אלע גראמאטישע כללים קומען בכלל נישט איינטיילן פאר קיינעם ווי אזוי צו שרייבן, סך־הכל קומען זיי פשוט צו פארגרינגערן די ארבעט.
ווי דערמאנט, אז נישט קיין חילוק וואס, פעלט זיך אבער אויס כללים. יעצט אנשטאט אז יעדער שרייבער באזונדער זאל דארפן גיין און זיך אליין מוטשען אפצומאכן און געדענקען זיינע אייגענע רייעס פון כללים, זענען במשך די יארן זענען אויפגעקומען פארשידענע שפראך פארשער און קענער און אנאליזירט דעם וועג ווי אזוי רוב אידישע רעדנער שרייבן און רעדן און לויט דעם אראפגעשטעלט כללים.
אין צוגאב צו דעם וועל מערערע שרייבער און מגיהים עדות זאגן אז אומצאליגע מאל בשעת׳ן שרייבן האבן זיי זיך אנגעשטויסן אין ספיקות אָן קענען ארויסקומען מיט א קלארן מהלך. ווי אזוי זאל איך שרייבן אזוי צי אזוי? ווי אזוי וועט זיין גרינגער פאר׳ן ליינער צו פארשטיין? קענען גראמאטיק לייזט אויך די פראבלעם. ווען מ׳ווייסט אז דא איז אנגענומען צו שרייבן אזוי, און דא איז אנגענומען צו שרייבן אזוי, האט מען נישט אזויפיל ספיקות און שאלות, און די ארבעט גייט פשוט פיל שנעלער.
זיך אויסצולערנען די אלע כללים קען אפשר זיין אביסל נערווירנד אין אנהייב. עס נעמט צייט ביז די אלע כללים זעצן זיך אריין אין קאפ. אבער איינמאל מען דערלערנט זיך דאס, מאכט עס אן א שיעור גרינגער פאר׳ן שרייבער.
איז אידיש בכלל א שפראך?
אן אינטערסאנטע שאלה וואס מען הערט אסאך פון מענטש איז צי איז דען אידיש בכלל א שפראך? איז נישט אידיש בלויז א דיאלעקט פון דייטש אדער א מישמאש פון עטליכע שפראכן, לשה"ק, להבדיל דייטש, און פויליש?
דער תירוץ דערויף איז זייער פשוט. אויב איז אידיש נישט קיין שפראך פאר זיך, דעמאלטס זענען רוב שפראכן אין דער וועלט נישט קיין שפראך פאר זיך. רוסיש, אוקרייניש, פויליש, טשעכיש און סלאוואקיש זענען פיל מער ענליך איינע צו דער צווייטער ווי אידיש איז ענליך צו דייטש, און אזוי אויך פיל אנדערע שפראכן. רובא דרובא שפראכן אין דער וועלט זענען א מישמאש פון אנדערע שפראכן און פונדעסטוועגן איז נאך פאר קיינעם נישט בייגעפאלן צו זאגן אז זיי זענען נישט קיין שפראך. אויב ענגליש, פראנצויזיש, דייטש, און פלעמיש זענען באזונדערע שפראכן, דעמאלטס איז אידיש אויך א שפראך. נישט נאר איז אידיש בכלל נישט אזוי ענליך צו דייטש, נאר קומט אפילו געשריבן מיט א באזונדערן אלפאבעט סיסטעם. ס׳נישטא נאך א זאך וואס זאל קענען אזוי אפטיילן איין שפראך פון א צווייטער ווי דאס אז דער אלפאבעט מיט וועלכן מען באנוצט זיך איז אינגאנצן אנדערש.
נאכמער, אפילו דער אנגענומער בליק אז אידיש שטאמט פון דייטש איז אויך נישט אינגאנצן ריכטיג. ענדערש זענען די היינטיגע דייטש און אידיש צוויי שפראכן וועלכע שטאמען פון איין אלטער פארצייטישער שפראך, פונקט ווי פיל אנדערע שפראכן אין דער וועלט וועלכע שטאמען פון איין אלטער פארצייטישער שפראך. אידיש און דייטש שטאמען פון אן אלטער שפראך גערופן מיטל־הויך דייטש. פארשער האבן געטראפן פיל ווערטער פון דער פארצייטישער שפראך וועלכע זענען דוקא געבליבן מער אריגינעל אפגעהיטן אין דער היינטיגער אידיש ווי אין דער היינטיגער מאדערנער דייטש!
זה קלי ואנוהו
עס זענען דא אזעלכע וואס האבן אויך פארשידענע השקפה שאלות. עס זענען דא וועלכע טענה׳ן אז דער גאנצער נושא פון אידישער גראמאטיק קומט פון די פרייע "יידישסטן". אנדערע טענה׳ן אז דאס עצם עוסק זיין אין אידישער גראמאטיק איז א פארעם פון "נאציאנאליזם", ווי כאילו מען וויל דערקלערן אז מיר האבן אן אייגענע שפראך פונקט ווי, להבדיל, די גוי׳אישע פעלקער וואס האבן זיך זייערע אייגענע שפראכן. "די סיבה פארוואס מיר רעדן אידיש איז בלויז וויבאלד מיר ווילן זיין אפגעשיידט פונעם גוי, נישט ווייל מיר ווילן האבן אן אייגענע שפראך מיט אן אייגענע גראמאטיק." טענה׳ן זיי.
מען קען אבער אויך קוקן דערויף מיט אן אנדער בליק. דוקא ווייל מיט׳ן רעדן אידיש זענען מיר מקיים א שטיקל מצוה פון ובחוקותיהם לא תלכו, איז אפשר איז דא דערביי א שטיקל ענין פון זה קלי ואנוה, אז די שפראך וואס מיר רעדן אדער שרייבן זאל זיין שיין און געשמאק צו ליינען.
עס איז באקאנט די ווערטער פון הג"ר עקיבא אייגער זצ"ל אין א בריוו צו זיין זון:
אבקשך בני ידידי, לפקוח עין על זה שיהיה נדפס על נייר יפה דיו שחור ואותיות נאותות, כי לדעתי הנפש מתפעלת והדעת מתרווחת והכוונה מתעוררת מתוך הלימוד בספר נאה ומהודר, והיפוכו בהפכו אם הכתב מטושטש.
רבי עקיבא אייגער בעט זיין זון צו דרוקן זיינע ספרים אויף שיינע פאפיר, גוטע טינט, און שיינע אותיות וואס פארגרינגערט דאס לערנען.
לכאורה איז גארנישט אנדערש מיט די עצם געשריבענע ווערטער. דאס דארף אויך זיין גוט געשריבן אז דאס ליינען זאל זיין מער פליסיג. היינט איז גאר שטארק אנגענומען ביי אונז אז ווען מ׳גיט ארויס א ספר אדער א ביכל באצירט מען דאס מיט גאר הערליכע גראפיקס. מען לאזט זיך קאסטן אן א שיעור געלט פאר׳ן דעזיין און אויסשטעל פונעם ספר. איז נישט מער ווי פאסיג אז אויך אין די עצם געשריבענע ווערטער זאל מען אריינלייגן די מינימאלע כוחות, בפרט אז אידיש ווערט היינט ברייט באנוצט נישט נאר פאר צייטונגען און חיצוניות׳דיגע זאכן, נאר אויך צו שרייבן ספרים און אנדערע תורה׳דיגע זאכן.
דאס אז גראמאטיק קומט פון די "יידישסטן" איז אויך פשוט נישט היסטאריש ריכטיג. פון ווען אידן האבן אנגעהויבן רעדן אידיש האט זיך אנגעזען א טענדענץ, טיילמאל באוואוסטזיניג, און טיילמאל אונטער׳ן באוואוסטזיין, אראפצושטעלן א "סטאנדארט" פאר דער שפראך, פשוט אז עס זאל נישט הערשן א דור הפלגה און מען זאל זיך פארשטיין איינעם דעם צווייטן. אין די יארן פאר דער מלחמה, ווען מען האט זיך מער אנגעהויבן באנוצן מיט אידיש נישט נאר צו רעדן נאר אויך צו שרייבן און דרוקן, האבן ערליכע אידישע שרייבער און ארויסגעבער געזוכט אראפצושטעלן געוויסע סטאנדארטן לויט וועלכע זייערע אויסגאבעס זאלן זיין געשריבן.
אין פוילן איז געווען אן ערליכער ארטאדאקסישער איד, ר׳ שלמה בירנבוים ע"ה (א זון פונעם באקאנטן בעל־תשובה ר׳ נתן בירנבוים וועמען גדולי ישראל האבן זייער מעריץ געווען) וועלכער איז געווען א שפראך קענער און פארשער וועלכער האט געשריבן מערערע ביכלעך און ארטיקלען איבער אידישער גראמאטיק און אויסלייג. שפעטער האט ער אויך אראפגעשטעלט א סטאנדארט און כללים פאר אידיש ספעציעל געאייגנט פאר אידן שומרי תורה ומצוות. זיינע כללים האט מען געלערנט אין אלע בית־יעקב שולעס אין פוילן ביז׳ן גרויסן חורבן אייראפע אין וועלכן רוב רובם פונעם אייראפעאישן אידנטום איז ליידער אפגעווישט געווארן רח"ל. זיינע כללים זענען בעיקר געווען געבויט אויף דער פארצייטישער אידיש וואס מען זעט אין עלטערע ספרים. ווי למשל נוצן א י׳ אנשטאט אן ע׳ אין אזעלכע ווערטער ווי גיווען, גיזען, גיזאגט, פארהאנין, אד"ג.
ליידער מיט׳ן גרויסן חורבן זענען זיינע כללים אינגאנצן פארגעסן געווארן פונעם היימישן עולם. נאך דער מלחמה האט זיך פונדאסניי אנגעהויבן א פראצעס צו סטאנדארדיזירן אונזער היימישער גערעדטער אידיש, א פראצעס וואס האלט נאך אן ביז׳ן היינטיגן טאג צווישן ערליכע היימישע אידישע שרייבער.
מיר האפן און בעטן פונעם אויבערשטן אז דאס ביכל זאל טאקע ברענגען דאס ריכטיגע תועלת, צו פארשענערן און פארבעסערן כשר׳ע אידישע ליין־מאטעריאל, און אז דאס זאל נאר גענוצט ווערן פאר ערליכע זאכן וועלכע ברענגען אונז נענטער צום אויבערשטן, צו תורה ומצוות און עבודת ה׳.