Skip to content

פרעפיקסן, סופיקסן און צוזאמגעשטעלטע ווערטער

פרעפיקסן און סופיקסן זענען אותיות וועלכע קומען צו צו שרשים פון ווערטער, אנהייב אדער סוף. פרעפיקסן און סופיקסן האבן פארשידענע פונקציעס. אפטמאל וועלן זיי צוגעבן א מיינונג צו א שורש, און טיילמאל וועט עס אינגאנצן טוישן די מיינונג פונעם שורש. למשל, ווען מ'לייגט צו דעם סופיקס דער־ צו דעם שורש ציילן, באקומט עס אינגאנצן אן אנדער מיינונג, דערציילן. דאקעגן, ווען מ'לייגט צו פארשידענע פרעפיקסן צום ווארט שפריצן וועט עס ווייטער מיינען די זעלבע זאך בערך, באשפריצן, אנשפריצן, אא"וו.

איינע פון די הויפט פונקציעס פון סופיקסן איז צו טוישן דעם ווארטקלאס פון ווערטער, ווי דערמאנט. למשל אויב מ'לייגט צו דעם סופיקס ־קייט צו דעם אדיעקטיוו גרויס וועט ווערן דערפון א זאכווארט, גרויסקייט.

דערנאך זענען פארהאן די פרעפיקסן און סופיקסן וואס מען לייגט צו צו פארשידענע ווערטער וועלכע זענען אנגעוואנדן אין פארשידענע גראמאטישע כללים, ווי דער פרעפיקס גע־ וואס מ'לייגט צו צו אסאך ווערבן אין לשון־עבר, אדער דער סופיקס ־לעך וואס מ'לייגט צו צו אסאך זאכווערטער אין לשון־רבים. איבער די פרעפיקסן און סופיקסן וועלן מיר בעז"ה מאריך זיין באריכות אין די קומענדיגע קאפיטלעך. אין דעם קאפיטל וועלן מיר אויסשמועסן די אנדערע פרעפיקסן און סופיקסן.

פרעפיקסן

פרעפיקסן זענען צעטיילט אין צוויי: פשוט'ע פרעפיקסן און קאנווערבן. דער חילוק פון זיי איז אז א געהעריגער פרעפיקס וועט קיינמאל נישט ווערן אפגעטיילט פונעם שורש. קאנעווערבן וועלן אין פארשידענע פעלער יא ווערן אפעגעטיילט פונעם שורש. למשל אפ־ איז א קאנווערב, ווי אין אפזאגן, אפרעדן, אפבאקן, אפקאכן אא"וו. אין לשון־הוה וועלן ווערבן מיט קאנווערבן ווערן אפגעטיילט, איך זאג אפ; זיי רעדן אפ; די מאמע קאכט אפ; די באבע באקט אפ; אא"וו. דאקעגן דער־ איז א געהעריגער פרעפיקס און וועט קיינמאל נישט ווערן אפגעטיילט, איך דערצייל; דער זיידע דערציילט; נישט ציילט דער.

עס זענען דא אין אידיש בעיקר זיבן פרעפיקסן:

אנט־, בא־, גע־, דער־, ער־, פאַר־, צע־

עס זענען דא וואס רעכענען נישט ער־ אלס א פרעפיקס אין אידיש און וועלן אלעמאל נאר נוצן דער־ אנשטאט. זיי וועלן למשל נישט שרייבן ערשיינען, ערפינדן, ערלויבן נאר דערשיינען, דערפינדן, דערלויבן. למעשה, אינעם היימישן אידיש האט זיך יא זייער שטארק באפעסטיגט דעם פרעפיקס און ס'זענען דא אפילו ווערטער ביי וועלכע ס'וועט זיין א חילוק, ווי למשל דערקלערן און ערקלערן.

קאנווערבן

רוב קאנווערבן זענען אויך ווערטער פאר זיך אליין און שטאמען בעיקר פון אדווערבן און פרעפאזיציעס. פאלגנד איז א שטיקל ליסטע פון קאנווערבן:

קאנווערבן וועלכע שטאמען פון אדווערבן

אהיימ־, אהינ־, אהער־, אוועק־, אראפ־, ארויס־, ארויפ־, אריינ־, ווידער־, פאראויס־, פארביי־, צוזאמענ־, צוריק־

קאנווערבן וועלכע שטאמען פון פרעפאזיציעס

אויס־, אומ־, אונטער־, איבער־, אָנ־, ארומ־, ביי־, דורכ־, מיט־, נאָכ־, פאַר־, צו־, קעגנ־

קאנווערבן וועלכע זענען בלויז קאנווערבן

איינ־, אנידער־, אפ־, אפיר־, פאָר־, פונאנדער־, צונויפ־

דעם קאנווערב צוזאמען איז היינט זייער איינגעפירט עס צו פארקירצן. עס זענען דא וואס שרייבן צוזאמ־, און עס זענען דא וואס שרייבן צאמ־. אזוי אויך אין לשון־הוה ווען דער קאנווערב ווערט אפגעטיילט פונעם ווערב, מיר קומען זיך צוזאם, אדער מיר קומען זיך צאם.

מער איבער קאנווערבן אינעם קאפיטל וועגן ווערבן.

סופיקסן

סופיקסן זענען צעטיילט לויט די ווארטקלאסן. יעדעס ווארטקלאס האט זיך זיינע אייגענע סופיקסן. ווי דערמאנט ווערן סופקיסן בעיקר באנוצט צו טוישן דאס ווארטקלאס פון ווערטער.

פאלגנד איז א רשימה פון די מערסט־באקאנטע סופיקסן לויט די ווארטקלאסן:

סופיקסן פאר זאכווערטער

־קייט

־קייט איז א סופיקס וואס מ'קען צולייגן צו אדיעקטיוון צו מאכן פון זיי זאכווערטער, למשל:

זיסקייט, ארעמקייט, הויכקייט, פוילקייט, קראנקייט, רייכקייט, שיינקייט, איידלקייט, ביטערקייט, גרויסקייט, גרייטקייט, פעאיגקייט, רואיגקייט, אייביגקייט, הארציגקייט, הייליגקייט, ליכטיגקייט, נידריגקייט

די אלע ווערטער שטאמען פון אדיעקטיוון, זיס, ארעם, הויך, פויל, אא"וו.

אן אויסנאם איז גוטסקייט. גוטס אליין איז אויך א זאכווארט וואס האט אויך א סופיקס ־ס וואס מאכט דעם אדיעקטיוו גוט פאר א זאכווארט.

־ונג

־ונג איז א סופיקס וואס מ'קען צולייגן צום שורש פון א ווערב און מאכן דערפון א זאכווארט, למשל:

שעצונג, בילדונג, זאמלונג, מיינונג, שטערונג, האנדלונג, העכערונג, פאסירונג, רעגירונג, אפטיילונג, פארמירונג, באשרייבונג, פארזוימונג, פארניכטונג, אנטוויקלונג, באשעפטיגונג, פאראייניגונג

די אלע ווערטער שטאמען פון ווערבן, שעצן בילדן זאמלען מיינען שטערן האנדלען, אא"וו.

ווען דער שורש ענדיגט זיך מיט א נישט צוזאמגעכאפטן אות, לייגט מען צו אן א’, ־אונג:

באמיאונג, באציאונג, ערציאונג, אנשויאונג, באנייאונג, אויפטואונג, באפרייאונג, אנטשטייאונג

־הייט

א סופיקס פאר זאכווערטער פון פארשידענע שרשים, עטליכע דוגמאות:

מערהייט, זיכערהייט, זעלטנהייט, קראנטהייט, צופרידנהייט, מענטשהייט, איינהייט, ווארהייט, פרייהייט, איינצלהייט, געלעגנהייט, אנוועזנהייט, אפוועזנהייט, פארלעגנהייט, אנגעלעגנהייט, פארגאנגענהייט

־שאפט

אויך א סופיקס פאר זאכווערטער פון פארשידענע שרשים:

נאנטשאפט, קלוגשאפט, באקאנטשאפט, געטריישאפט, בענקשאפט, וויסנשאפט, פיינטשאפט, פירערשאפט, קנעכטשאפט, פריינדשאפט, קעגנערשאפט, קערפערשאפט, הערשאפט, ליבשאפט, ענגשאפט, געזעלשאפט, ווירטשאפט

־עריי

שיסעריי, זינגעריי, טשעפעריי, רייבעריי, שטעכעריי, בארימעריי, קוויטשעריי, קריגעריי, קלאטשעריי, שמועסעריי, געוויינעריי, בעקעריי, מאלעריי

־עניש

א סופיקס, בעיקר פון ווערבן:

וויסטעניש, איילעניש, בענקעניש, געשעעניש, שטופעניש, גלוסטעניש, צעמישעניש, ערלויבעניש, באגעגעניש, באדערפעניש, באהעלטעניש, געפענגעניש

־ס

דער סופיקס ־ס איז בעיקר א סופיקס צו זאגן זאכווערטער אין לשון־רבים ווי למשל טאטע – טאטעס. עס זענען אבער דא געציילטע זאכווערטער וועלכע שטאמען פון אדיעקטיוון וואס נוצן דעם סופיקס ־ס זיי צו מאכן פאר זאכווערטער. די ווערטער האבן נישט גארנישט מיט'ן לשון־רבים סופיקס:

גוטס, גרינס, שיינס, שלעכטס, מילכיגס, געבראטנס, פליישיגס, איינגעמאכטס.

אזוי אויך דאס ווארט געבעקס האט דעם סופיקס. דאס ווארט געקעכטס האט א זעלטענעם סופיקס, ־טס.

־ות

א סופיקס פאר זאכווערטער וואס שטאמט פון לשה"ק, און ווערט באנוצט פאר לשה"ק'ע ווערטער אין אידיש:

הצטרכות, התנהגות, ידענות, לומדות, מבינות, מציאות, עם־הארצות, עקשנות, שלימות, חסידות

צום באמערקן אז הגם די שרשים פון די אלע ווערטער זענען לשה"ק, און אזוי אויך דער סופיקס ־ות איז לשה"ק, אבער דער צוזאמשטעל ביי פארשידענע ווערטער איז לאו־דוקא לשה"ק, ווי עם־הארצות און לומדות וואס זענען בכלל נישט קיין לשה"ק'ע ווערטער, נאר אידיש.

־ער

דער סופיקס ־ער איז בעיקר פאר מענטשן וואס באשעפטיגן זיך מיט עפעס:

לערער, מאכער, פירער, זינגער, טרעגער, ליגנער, רויבער, רעדנער, שוסטער, שפילער, ארבעטער, באשיצער, וועכטער, שניידער, שרייבער, אנהענגער, באפרייער, באגלייטער, ארגאניזירער, איינוואוינער, וויסנשאפטלער

־לינג

ליבלינג, פירלינג, פרילינג, זעקסלינג, פינפלינג, צווילינג, שוואכלינג

־עכץ

שאלעכץ, געטועכץ, טונקעכץ, שמירעכץ, שפייעכץ, געמישעכץ, אויפפירעכץ

־ווארג

זיסווארג, עסנווארג, ברוכווארג, יונגווארג, קליינווארג, זילבערווארג

־טום

אידנטום, רייכטום, אייגנטום, הייליגטום

־ניק

נודניק, יישוב'ניק, שלימזל'ניק, ימח־שמו'ניק

מער זעלטענע סופיקסן זענען ־אטש ווי אין יונגאטש און ־ניש אין פינצטערניש. דער סופיקס ־ניש איז נישט דער זעלבער ווי דער אויבנדערמאנטער סופיקס ־עניש וואס קומט בעיקר צו ווערבן. דער שורש איז פינצטער און דערצו קומט צו ־ניש. נאך א זעלטענער סופיקס איז ־ערייקע ווי אין מאכערייקע.

ווי אויך זענען פארהאן די סופיקסן צו אינטערנאציאנאלע ווערטער ווי ־ום אין מאקסימום מינימום מאמעראנדום; ־יום אין מיניסטעריום; ־ור אין קולטור בראשור; ־אט אין דיפלאמאט; ־יטעט אין רעאליטעט אקטיוויטעט ברוטאליטעט אוניווערזיטעט קאמיטעט מינאריטעט אויטאריטעט אידענטיטעט; ־וציע ־אציע און ־יציע און פיל נאך. די סופיקסן זענען לאו דוקא אידישע סופיקסן נאר זענען אריינגעקומען צוזאמען מיט פארשידענע אינטערנאציאנאלע ווערטער וועלכע ווערן באנוצט אין פיל שפראכן אין דער וועלט, אריינגערעכנט אידיש.

־טאר און ־טור

־טאר און ־טור זענען אויך אינטערנאציאנאלע סופיקסן פון אינטערנאציאנאלע ווערטער. דער חילוק פון ־טאר און ־טור איז אז ־טאר איז דער מענטש און ־טור איז די קערפערשאפט. א דיקטאטאר פירט א דיקטאטור; א צענזאר ארבעט אין דער צענזור און א לעגיסלאטאר מאכט געזעצן אין דער לעגיסלאטור. אזוי אויך קומט צו שרייבן גובערנאטאר, נישט גובערנאטור.

סופיקסן צו נעמען

מען דארף דא אויך באצייכענען די פארצייטישע סופיקסן וואס מען פלעגט צולייגן צו נעמען אדער צו אזעלכע ווערטער ווי טאטע, מאמע, אד"ג און ווערט שוין היינט ווייניג באנוצט, ווי ־ינקע ־עניו און ־קע:

לייבינקע, משה'ינקע, טאטעניו, מאמעניו, רבי'ניו, אסתר'קע

דער סופיקס ־קע ווערט נאך היינט שטארק באנוצט ביי די ירושלימ'ערס פאר ברודערקע ווען דער עלטערער ברודער וויל באצייכענען זיין אינגערן ברודער.

אזא סארט סופיקס וואס ווערט נאך יא היינט היבש באנוצט איז ־טשיק פאר יונגערמאנטשיק. (דאס איז א באזונדערער סופיקס פון דעם סופיקס ־טשיג פאר אדיעקטיוון ווי אין קליינטשיג.)

סופיקסן פאר אדיעקטיוון

־יג, ־דיג און ־עדיג

די הויפט סופיקסן פאר אדיעקטיוון זענען ־יג ־דיג און ־עדיג. די סופיקסן קענען צוקומען צו כל מיני שרשים.

צו אדווערבן:

אמאליג, באלדיג, היינטיג, זאפארטיג, יעצטיג, נישטיג, בחינמ'דיג, דעמאלטסדיג, ווייטערדיג, נעבעכדיג, פריערדיג, דארטיג

נעכטן, נעכטיג

צו זאכווערטער:

אומעטיג, ארטיג, בלוטיג, גייסטיג, גיפטיג, דארשטיג, הארציג, הונגעריג, וואסעריג, זינדיג, טרויעריג, ליכטיג, מילכיג, נויטיג, פליישיג, צוקונפטיג, צייטיג, שולדיג, אכזריות'דיג, גשמיות'דיג, ווינטערדיג, זומערדיג, חמצ'דיג, יום־טוב'דיג, מורא’דיג, מלכות'דיג, סכנה'דיג, פייערדיג, פלא'דיג, פסח'דיג, קביעות'דיג, שבת'דיג, שכל'דיג, תורה'דיג

צום שורש פון ווערבן וועט געווענליך קומען ־עדיג:

ברענעדיג, טראגעדיג, לעבעדיג, פלאמעדיג, ציפעדיג, קאכעדיג, קלינגעדיג, קריכעדיג, שטייעדיג, שמעקעדיג, שעמעדיג, שרייעדיג, וויינעדיג, שרעקעדיג

נאך אדיעקטיוון מיט דעם סופיקס:

אומצאליג, איבריג, אייגנארטיג, איינציג, אנשטעקיג, בכבוד'יג, בערגיג, געוואלדיג, הויכראנגיג, היציג, טיפזיניג, יעריג, ליידיג, מעכטיג, נידריג, נעכטיג, ענדגילטיג, פאסיג, פילמאליג, פילצאליג, פירפיסיג, צייטווייליג, ציכטיג, קיילעכיג, רונדעכיג, ריזיג, ריכטיג, רעכטפארטיג, דרויסנדיג, וואכנדיג, מערקווירדיג, רוחניות'דיג, שטענדיג, וואכעדיג

דער סופיקס קען מען אויך צולייגן צו ווערטער וואס זייער שורש אליין איז אויך אן אדיעקטיוו, ווי למשל:

אומזיסטיג, גלאטיג, אמת'דיג, לשון־הקודש'דיג, שפעטערדיג

עס איז טאקע כדאי צו וויסן אז ביי די ווערטער פעלט נישט אלעמאל אויס דעם סופיקס. מ'קען פשוט שרייבן אומזיסטע אמת'ע לשון־הקודש'ע שפעטערע. רוב מאל פעלט נישט אויס צו שרייבן אומזיסטיגע אמת'דיגע לשון־הקודש'דיגע שפעטערדיגע. צווישן גלאט און גלאטיג איז יא דא א שטיקל חילוק. גלאטיג איז ווען עפעס איז "נישט גלאטיג". גלאט איז ווען עפעס איז גלייך אדער גראָד.

־נד

־נד איז בערך דער זעלבער סופיקס ווי ־דיג. עס קומט בעיקר נאך ווערבן, אבער אויך נאך אנדערע ווערטער:

איבערצייגנד, אנגייענד, באטרעפנד, באצויבערנד, בליענד, בעפארשטייענד, דאמינירנד, מוטשענד, נאכפאלגנד, פאלגנד, צופרידנשטעלנד, רייזנד, אומוויסנד, אנוועזנד, גלענצנד, דרויסנד, ווייטגרייכנד, נאכאנאנד, רייצנד

דער גערונדיוו פארעם סופיקס ־נדיג אדער ־ענדיג

מיר האבן שוין פריער דערמאנט דעם גערונדיוו פארעם פון ווערבן וואס פארעמט זיך דורכ’ן סופיקס ־נדיג אדער ־ענדיג. ווי דערמאנט דינט דער גערונדיוו פארעם אויך אלס אדיעקטיוון. דער גערונדיוו פארעם סופיקס איז נישט דער זעלבער ווי דער פריער דערמאנטער אדיעקטיווישער סופיקס ־עדיג פאר ווערבן, און אויך נישט ווי דער סופיקס ־נד.

פארשידענע ווערבן האבן זיך דוקא איינגעגלידערט מיט איין סופיקס, אנדערע ווערבן מיט ביידע, אדער מיט אלע דריי. למשל גייעדיג וועט מען כמעט נישט טרעפן. בעיקר וועט מען טרעפן גייענד ווי למשל א גוט־גייענדער ביזנעס. מען וועט אבער אויך טרעפן אסאך גייענדיגע. צווישן גייענדע און גייענדיגע איז נישטא באמת קיין חילוק און מ'קען נוצן וואס מ'וויל. אזוי אויך קומעדיג און קומענדיג זענען ביידע גלייך. מ'קען שרייבן סיי קומעדיגע וואך און סיי קומענדיגע וואך.

עס זענען דא ווערבן ביי וועלכע עס וועט זיין א חילוק אין דער מיינונג פונעם ווארט. למשל שרייעדיג וועט זיך געווענליך באציען צו שרייעדיגע קאלירן אד"ג. שרייענד וועט מען נוצן געווענליך ביי הימל־שרייענדע פרייזן. שרייענדיג וועט זיך געווענליך באציען צו מענטשן וואס שרייען אד"ג. בערך דער זעלבער חילוק וועט זיין צווישן שמייכלדיג און שמייכלנדיג. שטייעדיג וועט זיך געווענליך באציען צו א שטייעדיגע מנורה, שטייעדיגע מצבות און שטייענדיג צו מענטשן וואס שטייען,אא"וו.

הגם דער גערונדיוו פארעם דינט אלס אן אדיעקטיוו, ווערט אבער דער סופיקס פונעם גערונדיוו פארעם נישט פאררעכנט אלס אן אדיעקטיווישער סופיקס, וויבאלד אפילו ווען דער גערונדיוו פארעם דינט אלס אן אדיעקטיוו, וועט עס אבער ווייטער אויך האבן פארשידענע אייגנשאפטן פון א ווערב, ווי שפעטער ערקלערט.

־יש

דער סופקיס ־יש קומט צו צו בעיקר צו זאכווערטער, און צו באצייכענען עפעס וואס קומט פון א לאנד, שטאט, אדער א געוויסן פאלק.

צו זאכווערטער:

אנטיסעמיטיש, ארטאדאקסיש, ארכעאלאגיש, בחור'יש, גייסטיש, חסיד'יש, לומד'יש, מאראליש, מיליטעריש, מעדיציניש, סימבאליש, עקסטרעמיסטיש, פאקטיש, שטאטיש, היימיש, היסטאריש, היסטעריש

צו נעמען פון שטעט, לענדער און פעלקער:

אונגאריש, אוקרייניש, אידיש, אראביש, אשכנז'יש, בריטיש, גריכיש, טערקיש, ליטוויש, ספרד'יש, ענגליש, פראנצויזיש, רומעניש, רוסיש, שפאניש

צו אנדערע ווערטער:

אויסטערליש, אויסלענדיש, בארבאריש, גיגאנטיש, דראמאטיש, העראיש, חרד'יש, טעכניש, כאאטיש, לאגיש, מערדעריש, נאריש, סימפאטיש, סיסטעמאטיש, ספעציפיש, פאליטיש, פארצייטיש, פויליש, פיזיש, פראוויזאריש, פראקטיש

ווען דער שורש ענדיגט זיך מיט א נישט צוזאמגעכאפטן אות, לייגט מען צו אן א’:

גוי'איש, פאליצייאיש, פארטייאיש

אזוי אויך צו מוזיק איז דער דא דער סופיקס ־אליש – מוזיקאליש.

־ליך

־ליך קומט צו זאכווערטער און אנדערע ווערטער.

־ליך צו זאכווערטער:

גליקליך, געריכטליך, דורכשניטליך, וואונדערליך, ווייטאגליך, וועלטליך, טויטליך, יוגנטליך, מענטשליך, נאטירליך, פאטערליך, פיינטליך, פייערליך, קייזערליך, קעניגליך, קריסטליך, שוידערליך, שרעקליך

צו אנדערע ווערטער:

אויבערפלעכליך, אומאויפהערליך, אומגלויבליך, אומפארגעסליך, אינערליך, ארנטליך, געווענליך, געטליך, גענצליך, געפערליך, דורכדרינגליך, העסליך, העפליך, הערליך, ווירקליך, וועכנטליך, טעגליך, ליבליך, מעגליך, עטליכ־, עמטליך, ענליך, ערליך, פאראנטווארטליך, פארמעגליך, פארשטענדליך, פערזענליך, פרידליך

דער סופיקס ־ליך קען אויך צוקומען צו ווערטער וועלכע זענען אליין אדיעקטיוון:

רויטליך, שווארצליך, ווייסליך, זיסליך, ביטערליך, לענגליך, ברייטליך

אנדערע אדיעקטיווישע סופיקסן

־לאז ווי אין האפענונגסלאז, היימלאז, זינלאז, מאכטלאז, נוצלאז, ענדלאז, קינדערלאז. ־זאם, ווי אין אויפמערקזאם, איינזאם, געמיינזאם, גרויזאם, וואכזאם, פאלגזאם. ־באר, ווי אין דאנקבאר, וואונדערבאר, פרוכטבאר. א זעלטענער סופיקס איז ־עוואטע ווי אין תמ’עוואטע.

־על און ־אל

־על און ־אל זענען אינטערנאציאנאלע סופקיסן וועלכע זענען מיטגעקומען מיט פארשידענע אינטערנאציאנאלע ווערטער ווי, אינטעלעקטועל, אריגינעל, פראפעסיאנעל, קולטורעל, ראציאנעל, מאקסימאל, מינימאל, נאציאנאל.

די ווערטער וועלכע קומען מיט ־על קענען אויך קומען מיט ־אל און דערביי וועט זיין א כלל אז ־אל וועט זיין א זאכווארט און ־על וועט זיין אן אדיעקטיוו. ווי למשל דער אינטעלעקטואל און אינטעלעקטועלע מענטשן; דער אריגינאל און דער אריגינעלער דאקומענט, אא"וו.

סופיקסן פאר אדווערבן

ביי אדווערבן זענען דא צוויי סופיקסן ־ערהייט און ־ווייז.

דער סופיקס ־ערהייט קען מען צולייגן צו כמעט אלע אדיעקטיוון און מאכן דערפון אדווערבן:

גיכערהייט, זיסערהייט, מידערהייט, אפענערהייט, גראדערהייט, יונגערהייט, שיינערהייט, שמאלערהייט, גרינגערהייט, זיכערערהייט, לייכטערהייט, פלינקערהייט, פראסטערהייט, רואיגערהייט, שוואכערהייט, שטאלצערהייט

אדווערבן מיט ־ווייז

טיילווייז, קינדווייז, שטאפלווייז, ביסלעכווייז

מען קען אויך רעכענען ־ס און ־נס אלס א סופיקס פאר אדווערבן ווי אין פארצייטנס, פונדערווייטנס, צווייטנס, צומארגנס, צופוסנס, צוקאפנס, אינאיינוועגס, האלבוועגס, היינט־צוטאגס, פארטאגס, פרייטאג־צונאכטס, צוריקצואוועגס. אזוי אויך ערשטנס, צוווייטנס, דריטנס, רעכטס און לינקס.

דאס ווארט צוביסלעך איז אויך אן אדווערב. דאס האט אבער גארנישט מיט’ן סופיקס ־ליך צו פארעמען אדיעקטיוון. דער אדיעקטיווישער סופיקס קומט אויסגעלייגט מיט א י’, ־ליך און צוביסלעך קומט מיט אן ע’.

סופיקסן פאר ווערבן

אלע ווערבן אן אויסנאם ענדיגן זיך מיט ־ן אדער ־ען וועלכע זענען ביידע דער זעלבער סופקיס. די כללים ווען ס’קומט ־ן און ווען ס’קומט ־ען וועט שפעטער אויסגעשמועסט ווערן.

עס זענען דא טאקע מערערע ווערבן וועלכע שטאמען פון זאכווערטער אדער אדיעקטיוון ביי וועלכע מען האט פשוט צוגעלייגט ־ן אדער ־ען און אזוי געמאכט דערפון א ווערב. מען דארף צוצייכענען אז עס מוז לאו־דווקא זיין אז קודם איז געווען דער זאכווארט און דערנאך איז דערפון געווארן דער ווערב. עס קען זיין פארקערט אויך, אז קודם איז געווען דער ווערב און דערנאך האט מען אוועקגענומען דעם ־ן און אזוי געמאכט דערפון א זאכווארט. למשל ביי קעניג – קעניגן, קרוין – קרוינען, איז מסתבר אז קודם איז געווען דער זאכווארט, און דערפון איז געווארן דער ווערב. ביי אנדערע איז עכט נישט שייך צו וויסן. ביי אסאך פון די ווערבן קומען אויך צו פרעפיקסן ווי וואסער – באוואסערן. עס זענען אויך דא ווערבן ביי וועלכע עס וועלן זיין א טויש אינעם שורש, ווי קרום – קרימען.

־ן און ־ען פון זאכווערטער

הונגערן, ציטערן, טרויערן, פייערן, האמערן, באוואסערן, ענטפערן, וואונדערן, פארקערפערן, זיך קריגן, קעניגן, זיך שפיגלען, זיך גרענעצן, זיך נארן, פאטשן, שפילן, צילן, האגלען, פידלען, האנדלען, שווינדלען, רעדלען, קייטלען, שטרויכלען, שמייכלען, טומלען, דרימלען, שימלען, טרייסלען

דער שורש פון די אלע ווערבן זענען זאכווערטער, דער הונגער, דער ציטער, דער טרויער, אא"וו.

־ן און ־ען פון אדיעקטיוון

מונטערן, פארזיכערן, איבערקליגן, זיך פארקילן, זיך באנארישן זיך, זיך שטארקן, פעלשן, אנפילן, אויספילן, ערפילן, קילן, שארפן

דער שורש פון די אלע ווערבן זענען אדיעקטיוון, ווי, מונטער, זיכער, קלוג, אא"וו.

אזוי אויך פיל לשה"ק'ע זאכווערטער האט מען געמאכט פאר ווערבן מיט'ן צולייגן ־ן אדער ־ען:

מוסר'ן, רעש'ן, חלומ'ען, שמד'ן, גט'ן, דאגה'ן, טענה'ן, עצה'ן, משפט'ן, זיך חבר'ן, זיך כעס'ן, שיכור'ן

אויך צו לשה"ק'ע אדיעקטיוון ווי כשר'ן.

חוץ די סופיקסן ־ן אדער ־ען וועלכע זענען דא ביי אלע ווערבן אן אויסנאם, זענען דא נאך סופיקסן ביי ווערבן וועלכע קומען צו פאר'ן ־ן אדער ־ען. פאלגנד זענען די אנדערע סופיקסן צו ווערבן:

־ירן און ־יזירן

דער מערסט־פארשפרייטער סופיקס ביי ווערבן איז ־ירן. ביי טייל קומען אויך צו ־יזירן. דער סופיקס קומט צו צו כל־מיני ווערטער, זאכווערטער און אדיעקטיוון, אבער בעיקר צו אינטערנאציאנאלע ווערטער. א טייל פון די ווערטער זענען נישט קיין ווארט פאר זיך אין אידיש נאר אלס א זאכווארט וועט עס קומען מיט אנדערע אינטערנאציאנאלע סופיקסן ווי ־אציע. למשל דער שורש פון אבזערווירן איז אבזערוו. אבזערוו איז נישט קיין ווארט אין אידיש. אלס א זאכווארט וועט מען נוצן דעם סופיקס ־אציע — אבזערוואציע. פאלגנד איז א שטיקל רשימה פון ווערבן מיט'ן סופקיס ־ירן:

רעגירן, באזירן, ציטירן, קאסירן, שאקירן, פרובירן, רעאגירן, שטודירן, דיקטירן, סארטירן, פארמירן, פלאנירן, טרענירן, גרופירן, פלאצירן, בלאקירן, מאסקירן, מארשירן, נערווירן, סערווירן, סאלוטירן, גארנטירן, ארעסטירן, רעגולירן, שפיאנירן, דאמינירן, נאמינירן, דעפינירן, אדרעסירן, רעדוצירן, שטאלצירן, ריזיקירן, פיגורירן, מאטיווירן, פאנטאזירן, קאמענטירן, עקזיסטירן, צירקולירן, פאגראמירן, רעפארמירן, רעזיגנירן, עלימינירן, באלאנסירן, פראדוצירן, פאבריצירן, פינאנצירן, קריטיקירן, קאאפערירן, ליקווידירן, סוספענדירן, אבזערווירן, באנקראטירן, רעוואלטירן, וואלונטירן, פרעזענטירן, פראטעסטירן, קאנטראלירן, מאניפולירן, פראקלאמירן, טעלעפאנירן, קאארדינירן, טריאומפירן, פראוואצירן, מאדיפיצירן, קאמוניקירן, קאנפיסקירן, רעגיסטרירן, רעקאמאנדירן, דאקומענטירן, קאנצענטרירן, דעמאנסטרירן, פראפאגאנדירן, רעפרעזענטירן, טראנספארטירן, אדמיניסטרירן, פאראינטערסירן

ווערבן מיט ־יזירן:

ספעציאליזירן, נייטראליזירן, צענטראליזירן, רעאליזירן, פאראליזירן, מאביליזירן, מינימיזירן, ארגאניזירן, טעראריזירן, סימפאטיזירן, סימבאליזירן, סטאביליזירן, ציוויליזירן, מאדערניזירן, עלעקטריזירן

־יגן

־יגן איז א סופיקס וועלכע קען צוקומען צו זאכווערטער און צו אדיעקטיוון. אסאך ווערבן וועלכע האבן דעם סופיקס ־יגן זענען אדיעקטיוון וועלכע האבן דעם סופיקס ־יג וואס זיי אליין שטאמען פון זאכווערטער.

פאלגנד זענען ווערבן מיט ־יגן פון זאכווערטער:

ענדיגן, געוועלטיגן, פארדעכטיגן, זיך באטייליגן, פייניגן

־יגן פון אדיעקטיוון:

בארואיגן, פאראייביגן, באליידיגן, אויסליידיגן, באפרידיגן, באשולדיגן, אנטשולדיגן, זינדיגן, מוטיגן, פארגיטיגן, באזייטיגן, נעכטיגן, פעסטיגן, זעטיגן, פארשפעטיגן, רייניגן

־ערן

־ערן קען אויך צוקומען סיי צו זאכווערטער און סיי צו אדיעקטיוון.

ווערבן מיט ־ערן פון אדיעקטיוון:

זיך בייזערן, אויסבעסערן, דערווייטערן, אויסברייטערן, פארברייטערן, פארלייכטערן, עלטערן זיך, דערנענטערן, לופטערן, בארייכערן, העכערן, אויסבעסערן, פארבעסערן, פארגרעסערן, פארגרינגערן, פארלענגערן, פארערגערן, פארקלענערן

־ערן פון זאכווערטער:

באגייסטערן, בלעטערן, רייכערן, צעלעכערן, לעכערן, פארשטיינערן

־לען

זיך שלענגלען, זיך ווערטלען, זיך וויצלען, גריבלען, אויסמענטשלען

־ענען

צו מערערע לשה"קע ווערטער קומט צו ־ענען:

חתמ'ענען, ירש'ענען, פסק'ענען, חנפ'ענען, גנב'ענען, הרג'ענען

־עווען

בעל־הבית'עווען, ראבעווען, ווילדעווען, קאמאנדעווען, בונטעווען, גרונטעווען, פארהארטעווען

ווערטער מיט מערערע פרעפיקסן און סופיקסן

ווי מ’קען זען האבן אסאך ווערטער אין זיך מער ווי איין פרעפיקס אדער סופיקס, ווי למשל אומבאהאלטן וועלכער האט די פרעפיקסן אומ־ און בא־. אזוי אויך דאס ווארט מענטשליכקייט וועלכער האט די סופיקסן ־ליך און ־קייט. מענטש איז א זאכווארט. מיט'ן סופיקס ־ליך ווערט עס אן אדיעקטיוו — מענטשליך און ווייטער אויב מ'לייגט צו ־קייט ווערט עס צוריק א זאכווארט, מענטשליכקייט. דאס זעלבע איז מיט ליכטיגקייט. דער סופיקס ־יג מאכט זאכווערטער פאר אדיעקטיוון, און דער סופיקס ־קייט מאכט אדיעקטיוון פאר זאכווערטער. ליכט איז א זאכווארט. ווען מ'לייגט צו דעם סופיקס ־יג ליכטיג, ווערט עס אן אדיעקטיוו. ווען מ'לייגט ווייטער צו ־קייט ליכטיגקייט, ווערט עס צוריק א זאכווארט.

עס איז דא א חילוק אין אויסלייג צווישן פרעפיקסן און סופיקסן. ביי א פרעפיקס, אויב דאס לעצטע אות פונעם פרעפיקס איז דאס זעלבע ווי דאס ערשטע אות פונעם שורש, שרייבט מען ביידע אותיות, ווי למשל:

פאררעכטן, פאררייכערן, אננעמען, באארבעטן, אוממענטש, געענטפערט

ביי סופיקסן, אויב דאס לעצטע אות פונעם שורש איז דאס זעלבע ווי דאס ערשטע אות פונעם סופיקס, שרייבט מען נאר איינמאל דאס אות, ווי למשל:

קראנקייט, געשמאקייט, שטארקייט, הערשאפט, ארעמאן

נישט קראנקקייט, געשמאקקייט, שטארקקייט, הערששאפט, ארעממאן, אא"וו.

אויב שטעלן זיך צוזאם צוויי ענליכע אותיות, שרייבט מען יא ביידע, ווי לעבעדיגקייט, רואיגקייט נישט לעבעדיקייט, רואיקייט.

עס זענען דא וואס לאזן יא אויס דעם ג' אין אזעלכע ווערטער ווי קלייניקייט, שוועריקייט, מידיקייט, און גערעכטיקייט. היות ס'איז נישטא אזא ווארט ווי קלייניג, שוועריג, מידיג, אדער גערעכטיג, רעכנט מען אז דא איז דא אן אנדערער באזונדערער סופיקס ־יקייט וואס קומט צו צו די אדיעקטיוון קליין, שווער, מיד און גערעכט נישט א צוזאמשטעל פון די צוויי סופיקסן ־יג און ־קייט. נאר ביי אזעלכע ווערטער ווי ליכטיגקייט, רואיגקייט, געדולדיגקייט, לעבעדיגקייט, הייליגקייט, נידריגקייט, גלייכגילטיגקייט, גוטהארציגקייט, אומעטיגקייט וועט מען יא שרייבן דעם ג', וויבאלד ליכטיג, רואיג, געדולדיג, אא"וו, זענען יא ווערטער פאר זיך אליין, קומט אויס אז דא זענען יא דא ביידע סופיקסן ־יג און ־קייט.

אנדערע מאכן נישט דעם חילוק און וועלן אין ביידע פעלער שרייבן ־יגקייט אפילו אין אזעלכע ווערטער ווי קלייניגקייט, שוועריגקייט, מידיגקייט און גערעכטיגקייט.

סיי ווי אזוי, ביי ווערטער וואס זענען אויך ווערטער פאר זיך אָן דעם סופיקס ־קייט לאזט מען זיכער נישט אויס דעם ג' ווען מ'לייגט צו דעם סופיקס ־קייט. מ'שרייבט ליכטיגקייט, רואיגקייט, געדולדיגקייט, לעבעדיגקייט, אא"וו, נישט ליכטיקייט, רואיקייט, געדולדיקייט, לעבעדיקייט, אא"וו.

ס'נישטא קיין פרעפיקס בע־ אין אידיש. מ'שרייבט באארבעטן באלייכטן באפוילן באהאלטן נישט בעארבעטן בעארבעט בעלייכטן בעפוילן בעהאלטן.

עס פעלט נישט אויס צו שרייבן קראנקהייט. דער סופיקס דא איז ־קייט נישט ־הייט. מען שרייבט פשוט קראנקייט.

צוזאמגעשטעלטע ווערטער

חוץ פרעפיקסן און סופיקסן זענען דא מערערע ווערטער וועלכע זענען צוזאמגעשטעלט פון צוויי ווערטער. מען דארף באמערקן אז מיר רעדן נישט דא פון אזעלכע ווערטער ווי, בעל־הבית, בעל־תשובה, ארץ־ישראל, אד"ג. די ווערטער ווערן אויך געשריבן אלס צוויי ווערטער. מיר רעדן דא פון ווערטער וועלכע ווערן געשריבן אלס איין ווארט און זענען א צוזאמשטעל פון צוויי ווערטער. עס זענען דא עטליכע ווערטער וואס ווערן זייער אפט צוזאמגעשטעלט מיט אנדערע ווערטער, ווי מאן וואס ווערט צוזאמגעשטעלט מיט ארעמאן, יונגערמאן, אא"וו, אזוי אז די ווערטער זענען כמעט ווי סופיקסן. פאלגנד זענען עטליכע אזעלכע ווערטער:

אדלמאן, ארבעטסגעבער, ארבעטסטאג, ארבעטסמאן, ארעמאן, באוואוסטזיין, באשטאנדטייל, געבורטסטאג, געשעפטסמאן, דענקמאל, דרייקאפ, האנטשריפט, הארצווייטאג, הויזגעזינד, היימלאנד, וואוילזיין, וואוינארט, וואכנאכט, ווארטסמאן, חברה'מאן, טויטקלאפ, יונגערמאן, לאנדסמאן, מייסטערווערק, פאכמאן, פארפאלק, פולמאכט, פרימארגן, צייטשריפט, קאנגרעסמאן, קונסטווערק, קונצנמאכער, קורצשלוס, קעניגרייך

אזוי אויך אדיעקטיוון:

איינפלוסרייך, הארצרייסנד, ערשטקלאסיג, פולשטענדיג, גוטהארציג, ערשטמאליג, איינמאליג, גוטמוטיג.