Skip to content

אדיעקטיוון

לשון־עבר פון ווערבן אלס אדיעקטיוון

כמעט יעדער ווערב אינעם לשון־עבר פארעם דינט אויך אלס אן אדיעקטיוו, ווי למשל, געקומענע, געזאגטע, געבויטע, געברענגטע, פארברענטע, באצאלטע, בארואיגטע.

עס זענען דא אפילו ווערבן וועלכע זענען מער באקאנט מיט'ן לשון־עבר אלס אדיעקטיוו ווי זייער אריגינעלער ווערב פארעם. למשל דער ווערב קאמפליצירן איז ווייניגער באקאנט ווי דער אדיעקטיוו קאמפליצירט וואס איז בעצם דער לשון־עבר פארעם פון קאמפליצירן.

אזוי אויך זענען דא אדיעקטיוון וואס ווי עס זעט זיך אויס אויבנאויף שטאמען זיי פונעם לשון־עבר פון פארשידענע ווערבן וואס ווערן שוין היינט אינגאנצן נישט באנוצט, און מ'קען באמת נישט וויסן צי ס'איז בכלל געווען אמאל אזעלכע ווערבן וואס פון זיי זענען געווארן די אדיעקטיוון, אדער די אדיעקטיוון האבן זיך אזוי געפארעמט לכתחילה און זענען טאקע קיינמאל נישט באנוצט געווארן אלס ווערבן, ווי למשל די אדיעקטיוון געלינקט, בא'חנ'ט, בא'טעמ'ט, באוואוסט, באקאנט, צעדרייט. ס'קען זיין אז ס'איז אמאל געווען אזעלכע ווערבן ווי לינקען, בא'חנ'ען, בא'טעמ'ען, באוואוסן, באַקאַנען, און צעדרייען. ס'קען אבער אויך זיין אז די אדיעקטיוון זענען אזוי געווען מלכתחילה.

אזוי אויך איז אינטערסאנט צו באצייכענען דעם ווערב שלייפן און דער אדיעקטיוו געשליפן וואס ווארשיינליך שטאמען זיי פון איין ווארט. היינט אבער נוצט מען פאר'ן לשון־עבר פאר'ן ווערב שלייפן - געשלייפט, נישט געשליפן, אזוי אז היינט זענען דא צוויי באזונדערע אדיעקטיוון: א געשליפענע צונג, און געשלייפטע דיאמאנטן.